בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
טייערער יואל מנחם גרשון נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, דו זיצט אין אפיס צעבראכן אויף שברי שברים און די גאנצע וועלט לעבט אויף דיין חיזוק, די וועלט לעבט אויף די בריוו פון עצתו אמונה; וואו מען גייט און וואו מען שטייט זאגן מענטשן אז דאס איז זייער גאנצע חיות, דאס געבט זיי שכל צו וויסן ווי אזוי צו פירן די שטוב וכו' וכו', און דו ליגסט אין אזא צעבראכנקייט; וואס איז מיט דיר? וואס ביסטו אזוי צעבראכן? זיי פרייליך, טאנץ יעדן טאג אז דו האסט די זכיה צו ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער.
איך האב שוין גערעדט צום מעלער ... נרו יאיר, ער האט מיר געמאכט א בילד ווי א מענטש זיצט אין א זאק וכו'. איך שיק דיר דעם בילד מיט די מעשה'לעך, איך מאך מעשה'לעך פאר די מלמדים און טיטשערס, זיי זאלן אריינפרעגלען אין די קליינע קינדער יראת שמים; די מלמדים און טיטשערס ביי אונז אין מוסד נעמען דאס און זיי מאכן פון דעם ארטס און קרעפטס, מען קאלערט דאס, און זיי דערציילן דאס באריכות, אזוי גייט אריין אין די קליינע קינדער יראת שמים, תפילה, אמונה, מידות טובות וכו'.
ער וויינט און ער בעט: "רבי, בינדט מיך צו אינעם זאק, איך זאל נישט קענען אנטלויפן".
טייערע קינדער, וויסן זאלן ענק, דער יצר הרע האט זייער נישט ליב ווען א מענטש ווערט נאנט צו א צדיק, דער יצר הרע וויל נישט מען זאל גיין צו צדיקים, ווייל די הייליגע צדיקים לערנען אונז עצות ווי אזוי מיר זאלן ווערן נאנט צום אייבערשטן, און זיי זענען אונז מחזק אז אפילו עס איז שווער, און אפילו עס נעמט צייט ביז מען ווערט א צדיק - זאל מען ווייטער לערנען און דאווענען, און דער יצר הרע קען דאס נישט ליידן.
ענק ווייסן וואס דער יצר הרע טוט? ער שפעט, ער לאכט, ער מאכט חוזק פון צדיקים, און דאס איז א גרויסע סכנה; ווייל ווען מען הערט ווי מען לאכט און מען שפעט פון צדיקים - קען מען דורכדעם אוועק גיין פון צדיק, און נאכדעם האט מען נישט ווער עס זאל מחזק זיין, און מען הייבט אן פאלגן דעם יצר הרע.
וואס איז די עצה מען זאל נישט אפלאזן דעם צדיק? תפילה און נאכאמאל תפילה, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל ווערן צוגעבינדן צום צדיק, איך זאל קיינמאל נישט אפלאזן דעם צדיק".
אמאל ווען דער הייליגער רבי נתן איז געווען ביים רבי'ן האט דער רבי אים געזאגט: "איך האב דיך שוין פארכאפט אין מיין זאק"; אז ער וועט שוין בלייבן נאנט צום הייליגן רבי'ן, ער וועט שוין נישט אוועק גיין.
ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געבעטן: "רבי, בינדט צו די זאק איך זאל נישט קענען אנטלויפן"; רבי נתן האט געוואוסט אז עס איז נישט גענוג צו זיין אינעם זאק, מען קען אויך פונעם זאק אנטלויפן און אפלאזן דעם צדיק דורך הערן ליצנות און לשון הרע, האט ער גלייך געבעטן דעם רבי'ן: "רבי, רבי, בינדט צו די זאק איך זאל נישט קענען אנטלויפן".
מיר גייען יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך איך זאל בלייבן נאנט צום הייליגן רבי'ן און פאלגן די עצות".
א פרייליכן שבת.