בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ליפן איז די טיר צו די קדושה
תיקוני זוהר, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל דיר שרייבן וואס איך האב היינט געשפירט א זיסקייט ביים לערנען תיקונים, דער הייליגער רבי שמעון איז אונז מגלה וואו די טיר אריין צו גיין צום אייבערשטן איז. דער זוהר זאגט (תיקון יח, דף לג ע"ב): "זַכָּאָה אִיהוּ מָאן דְּזָכֵי לְאַעֲלָאָה לְהֵיכָלֵיהּ דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא" וואויל איז דעם מענטש וואס איז זוכה אריינצוקומען אין פאלאץ פון אייבערשטן, "לְמֶחֱזֵי לְמַלְכָּא וּמַטְרוֹנִיתָא" צו זען דעם אייבערשטן און די שכינה הקדושה, "זַכָּאָה פִימָא" וואויל איז די מויל - "דְּשַׁרְיָא בֵּיהּ צְלוֹתָא" וואס דאווענט צום אייבערשטן, "דְּאִיהִי אדנ"י" יעדע זאך בעט ער דעם אייבערשטן, "דְּאָמְרִין לָהּ אדנ"י שְׂפָתַי תִּפְתָּח" ער בעט דעם אייבערשטן זאל אים עפענען די ליפן, "וְזַכָּאִין שִׂפְוָון" וואויל איז פאר די ליפן וואס דאווענען צום אייבערשטן, "דְּאִינוּן תַּרְעִין דְּהֵיכָלָא" וואס זיי זענען די טירן פון פאלאץ פון קעניג, "כְּגַוְונָא דְאִלֵּין דְּאִתְּמַר בְּהוֹן" אזוי ווי עס שטייט (תהלים קיח, יט) "פִּתְחוּ לִי שַׁעֲרֵי צֶדֶק" עפן מיר אויף די טירן פון גערעכטיגקייט, "דְּכַד פּוּמֵיהּ פָּתַח בִּצְלוֹתָא" ווייל גלייך ווען מען הויבט אן דאווענען, מען איז זיך מתבודד, "בִשְׁכִינְתָּא" צום אייבערשטן - "וַיְיָ יַעֲנֶה מִיָּד", ווערט מען גלייך געהאלפן.


מענטשן זוכן סגולות, מען זוכט וואו איז די פלאץ וואו איז די אריינגאנג צו ווערן א צדיק, מען כאפט נישט אז דער סוד ליגט ביים מענטש אליין, די ליפן איז די טיר צו די קדושה, אזוי ווי ער זאגט: "וְזַכָּאִין שִׂפְוָון דְּאִינוּן תַּרְעִין דְּהֵיכָלָא" די ליפן, די מויל - איז די טיר; אז מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער עפן מיר די טיר, איך וויל אריינגיין צו די קדושה, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז מען זוכה צו קומען צו די קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.