בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לכבוד די נייע יאר, מעביר סדרה זיין יעדע וואך
משניות, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר ווינטשן לכבוד די נייע יאר א גוט געבענטשט יאר פאר דיר, פאר דיין ווייב און פאר דיינע קינדער, זאלסט האבן א זיסע ליכטיגע יאר מיט אלעס גוטס.


לכבוד די נייע יאר זיי זיך מקבל מעביר סדרה זיין יעדע וואך, טייל איין די פרשת השבוע לויט די טעג פון די וואך, (קענסט שוין אנהייבן פרשת בראשית חול המועד סוכות), זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג כאטש איין פרק משניות אפילו אן פארשטיין, נאר זאג די ווערטער, ווייל דורך תורה ווערט ליכטיג אין אלע בחינות, די שלום בית ווערט ליכטיג, די פרנסה ווערט ברייט, דער מענטש ווערט פרייליך, אלעס ווערט גוט.