בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מאך זיך נישט נאריש מיט נאכמאכן דעם און יענעם, וואס איז די טייערע קאר וואס דו קויפסט ווען דו האסט נישט קיין פרוטה צו דיין נשמה? וואס איז די הפקירות פון דעם? ווען פאר דיין ווייב האסטו נישט צו געבן א שעה א וואך א גוי'טע צו ריין מאכן די שטוב? איז פאר דיינע שוואוילטאג זאכן, דמיונות וכו' - פירסטו זיך מיט הפקירות? עס איז א חרפה און א בושה אז אינגעלייט תלמידי היכל הקודש זאלן זיך אזוי אויפפירן, לעבן מיט הפקירות, זיין שולדיג חובות.
אפילו פארן קיין מירון; ווי קענסטו פארן ווען דו קומסט פאר מענטשן געלט? ווער האט דיר געגעבן די היתר פאר דעם? מילא מען פארט צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה - האט מוהרא"ש קלאר געזאגט – אז אויב מען האט נישט קיין געלט מעג מען בארגן, איז אפילו מען האט אלטע חובות מוז מען קומען, ווייל דער רבי האט געזאגט אלע דארפן זיין ביי אים ראש השנה. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר - זאלן נישט רעדן צו אלעמען מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן; איז דאך זיכער אז מען מעג בארגן געלט און אלעס טון אבי צו קומען צום רבי'ן, אבער פארן קיין מירון, ווי מעג מען בארגן געלט?!
ענדערש עסן באקסער און טרינקען וואסער און קיינעם נישט קומען קיין דאלער ווי צו גיין פארטי'ען און לעבן א שוואוילטאג לעבן און זיין שולדיג געלט, איך וויל דו זאלסט זיך בארעכענען און לעבן אן איידעלע לעבן, זיך פירן איידל, אזוי וועלן דיינע קינדער אויסוואקסן געזונט, זיי וועלן זיך קענען אן עצה געבן, נישט מיינען אז עס קומט זיי די וועלט פון געוואוינהייט.
ווען עס קומט צו דיינע זאכן דארט זאלסטו שפארן, און ווען עס קומט פאר דיין ווייב, צו העלפן ריין מאכן די שטוב און איר קויפן שיך, קליידער - דארט זאלסטו נישט זיין קיין קמצן. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל, דאס ווייזט אז ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.