בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די ישיבה; סיי מיט'ן טראגן און ברענגען די קינדער יעדן טאג פון מיידל קעמפ צו בחורים קעמפ און סיי מיט'ן ברענגען די קינדער פון שטעטל און זיי אהיים נעמען.
יעצט וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך לערנען דרייוון א באס כדי דו זאלסט קענען דרייוון אין שטאט נאך די זוממער די קינדער; אינגלעך און מיידלעך צום תלמוד תורה און בית פיגא.
דו ווערסט אין ווייניגער ווי א חודש אכצן יאר; פון די אכצן יאר קען מען שוין על פי די געזעץ פירן א באס מיט קינדער, זאלסטו שוין יעצט לערנען און חזר'ן אלע געזעצן אז גלייך ווען דו ווערסט אכצן יאר זאלסטו קענען ארויסנעמען לייסענס.
דאס וועט דיר ברענגען א גוטע שידוך; געב א קוק צוריק ווי אלע וואס האבן געהאלפן די ישיבה האבן שיין מצליח געווען.
קוק נישט אויף קיינעם, אפילו עס זענען דא וואס שפעטן און זאגן: "עס פאסט נישט פאר א בחור צו דרייוון א באס", אנדערע זאגן: "עס וועט שאטן פאר א שידוך" – קוק נישט אויף דעם אלעם, פארקערט, דאס וועט נאר צואיילן און בעסער מאכן דיין שידוך.
איך וואלט דיר נישט געהייסן זאלסט גיין דרייוון טראקס און באסעס צו מאכן געלט; דאס איז נישט כדאי כל זמן דו קענסט זיצן אין ישיבה און לערנען, אבער דרייוון פאר די ישיבה איז נישט אן ארבעט, דאס איז בויען מוסדות התורה, בויען א בית המקדש – א מקום פאר השראת השכינה.
איך זאג דיר צו, אז דו וועסט ווייטער העלפן די ישיבה, סיי מיט רייניגן די ישיבה און סיי מיט'ן דרייוון די קינדער – וועסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.
אויב דו פארשטייסט נישט אליינס דעם בוך זאלסטו בעטן דיין חבר הבחור ... נרו יאיר, ער מאכט אויך יעצט ס"י ד"י ע"ל און ער וועט דיר העלפן.
מיר דארפן יעצט אפאר פרישע דרייווערס ווייל די אלטע דרייווערס האבן חתונה בקרוב.
פון דיין ראש ישיבה.