בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען און דאווענען
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין קאזין ... נרו יאיר.


איך האב יעצט געהערט דיין הודעה אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה און דו לערנסט שוין יעצט די צווייטע מאל משניות, אויך האסטו אנגעהויבן א שיעור אין ש"ס און דו האלסט שוין מסכת ברכות פרק ב.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין הודעה, אויך האב איך געהערט דיין ברודערס הודעה אז ער לערנט משניות; איך פריי זיך זייער שטארק צו הערן פון אייך יונגע קינדער אז איר לערנט די הייליגע תורה.


אלעס וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט צו יעדע תפילה פון יעדע מענטש ובעיקר ווען מען בעט אים מיט אן אמת. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קמה, יח): "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", דער אייבערשטער איז נאנט צו אלע וואס רופן אים, אבער נאך מער נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות וואס איז מיט אן אמת – "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת"; 'אמת' איז ווען א מענטש גייט אין א ווינקעלע וואו קיינער הערט נישט און קיינער זעט אים נישט און בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס ליגט אים אויפ'ן הארץ - דאס איז אמת'ע תפילה און דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן אן ערליכער איד און מאכן נחת פאר דיינע עלטערן.


יעדע מאל דו מאכסט א סיום זאלסטו מיר מודיע זיין - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.