בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לערנען און לערנען אן אויפהער; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס
שמחה, לימוד התורה, חתן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וארא, ט"ו שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


זע צו לערנען די הייליגע תורה, נאר אז מען לערנט תורה האט מען הצלחה אין לעבן.


קיין שום זאך מאכט נישט פרייליך, נאר אז מען לערנט תורה; אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ט): "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב", תורה דערפריידט דאס הארץ.


יעצט ביסטו שוין א חתן און דו גרייטסט זיך אויפצושטעלן א אידישע שטוב, זאלסטו לערנען און לערנען אן אויפהער; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס.


פון דיין ראש ישיבה.