בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, וויליאמסבורג
איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו קומסט צום שיעור הלכה ביינאכט וואס מיר לערנען אין ישיבה, דער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן לערנען הלכה, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), יעדער איד איז מחויב צו לערנען הלכה יעדן טאג.
יעצט לערנען מיר הלכות ברכות, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות לה.) אז מען טאר נישט הנאה האבן פון קיין שום זאך אן דעם וואס מען מאכט א ברכה, פרעגט די גמרא, וואס זאל טון דער וואס האט יא הנאה געהאט אן מאכן ברכות? "ילך אצל חכם", ער זאל קומען צום צדיק און מיט דעם וועט ער דאס פאררעכטן, די גמרא פרעגט דארט ווייטער, אבער דער הייליגער רבי אין ספר המדות נעמט אן דעם תירוץ, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן כז): "בהליכה שהולך אצל תלמיד חכם", מיטן גיין צום תלמיד חכם, "בזה הוא מתקן פגם שפגם בברכת הנהנין", פאררעכט מען די פגם פון נישט מאכן ברכות.
שטארק זיך מיט לערנען חומש מיטן תרגום פון די פרשת השבוע יעדן טאג, טייל עס איין לויט די טעג פון די וואך, און אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות; זאג די ווערטער, דאס וועט דיך ברענגען צו ווערן א גרויסער צדיק.