בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
איך פריי זיך זייער אויף די גוטע נייעס אז דו גייסט יעצט ענדיגן ש"ס; דאס מיינט רייך, דאס איז וואס בלייבט פונעם מענטש.
בנוגע וואו צו מאכן דעם סיום הש"ס; מאך עס פאר דיר פריוואט אין שטוב צוזאמען מיט דיין ווייב תחי' און דיינע קינדער, עס פעלט נישט אויס דאס צו מאכן אין ישיבה. פאר די בחורים מאך איך א סיום אין ישיבה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט.): "אָמַר אַבַּיֵי, תֵּיתֵי לִי דְּכִי חֲזִינָא צוּרְבָא מֵרַבָּנָן דְּשָׁלִים מְסֶכְתֵּיהּ עֲבִידְנָא יוֹמָא טָבָא לְרַבָּנָן", אביי וואס איז געווען א ראש ישיבה האט געזאגט: "ווען איך זע א בחור אין ישיבה וואס ענדיגט א מסכתא מאך איך א יום טוב אין ישיבה פאר אלע בחורים"; אריינצוגעבן א געשמאק אין אלע בחורים.
דאנק דעם אייבערשטן אויף די נס אז דו האסט חתונה געהאט, דו האסט א ווייב און קינדער, זאלסטו מאכן פאר דיר א שיינע סיום.
איך ווארט צו הערן צי דו שטארקסט זיך אין "הפצה"; יעדע וואך ליל שישי נאכ'ן שיעור זאלסטו אהיימנעמען "גליונות" און דאס אויסלייגן אין שול'ן ערב שבת. אויך קענסטו דאס לייגן א גאנצע וואך, ווייל מענטשן זענען אזוי דורשטריג פאר אביסל חיזוק, עס איז נישט משנה צי עס איז א גליון פון די וואכעדיגע פרשה אדער פון א פריערדיגע פרשה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.