בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאך צו דיינע אויגן און טראכט, 'אלעס איז אייבערשטער'
אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


חזר זיך אמונה פשוטה, מאך צו דיינע אויגן יעדן טאג פאר איין מינוט און טראכט 'אלעס איז אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער אים', נאכדעם עפן דיינע אויגן און וואס דו זעסט – זאלסטו טראכטן 'אלעס איז אייבערשטער' – וועט דיר אלעס זיין גוט, וועסט האבן כח און זיין געזונט און שטארק.