בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
יעצט הער איך אז שוין צוויי וואכן וואס עס איז נישט ארויסגעקומען דער וועכנטליכער קונטרס "עצתו אמונה"; עס איז ממש א שאד אז דאס זאל זיך אפשטעלן נאכדעם וואס אזויפיל מענטשן האבן חיזוק פון דעם, בפרט בחורים – זיי ווארטן זייער אויף דעם, דאס איז זייער גאנצע חיזוק.
איך בעט דיר זייער טייערער ... גיי אן מיט די מצוה וואס מען האט דיר מזכה געווען פון הימל; זע עס זאל ארויסקומען יעדע וואך די שיינע בריוון, ווייל די תלמידים ווארטן אויף דעם, בפרט די אלע תלמידים וואס נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל – זיי ווארטן זייער און קוקן ארויס יעדן שבת פאר דעם. די פרויען וואס זענען געווען צוגעוואוינט צו ליינען וכו' און בזכות מוהרא"ש וואס האט נישט געהאלטן פון ארייננעמען אין שטוב קיין שום צייטונג, מאגאזינען וכו', נעמען זיי דאס מער נישט אריין אין שטוב, - זיי ווארטן און קוקן ארויס אז דאס זאל ארויסקומען וועכנטליך.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, וואס דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן; דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה, קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דער אייבערשטער'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.