בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיי מגדל זיין צוזאמען מיט דיין ווייב בניקל ובנחת.
ווען עס קומט א נייע יאר דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש וואס מיר האבן געטון דעם פארלאפענעם יאר פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן און מאכן פרישע קבלות פאר די נייע יאר. פאר ווער עס פרעגט מיר וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר, זאג איך אים: "נעם זיך פאר מוסיף צו זיין אין הפצה, צוריק ברענגען נאך אידישע נשמות צום דרך התורה".
איך האף אז דו וועסט אויך מאכן א שטארקע קבלה מוסיף צו זיין אין הפצה; סיי לייגן גליונות וכו' און סיי אויסטיילן ספרים, קונטרסים, סידי'ס, קארטלעך פאר בחורים און מיידלעך. זאלסט זיך נישט צוטון מאכן פון לצים וואס רופן אונז אן מיט צונעמען וכו', נאר גלייך ווען דו זעסט א בחור זאלסטו צוגיין צו אים און אים מזכה זיין מיט עצות און חיזוק פאר'ן לעבן, טראכט נישט צי מען קוקט... צי מען לאכט...
האלט פאר דיינע אויגן ווי למשל איינער דערטרענקט זיך אין וואסער און דו האסט די מעגליכקייט אים צו ראטעווען, וואלסטו דען געקוקט צי איינער קוקט? צי איינער לאכט? וואלסט זיכער אריינגעשפרינגען יענעם צו ראטעווען.
אין דעם זכות זאלסטו האבן א שנה טובה ומבורכת.
א כתיבה וחתימה טובה.