בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... תחי'
איך קען נישט ליידן קיין מחלוקת; מוהרא"ש האט מיר אריין געלייגט אין מיין בלוט איך זאל העלפן מאן און ווייב מאכן שלום און לעבן צוזאמען. איך האב אייך ביידע ליב און איך וויל זען ווי איר לעבט בשלום; איך וועל נישט צולאזן אז דער יצר הרע זאל צעשטערן אייער לעבן.
איך בעט אייך זייער איר זאלט שלום מאכן מיט אייער מאן נרו יאיר און חס ושלום זיך צוריק האלטן פון גיין וכו'. דאס איז זייער א גרויסע עבירה; אויב א פרוי האלט זיך אפ פון וכו' איז דער אייבערשטער זייער ברוגז און מען קען באקומען זייער א הארבע שטראף רחמנא לצלן. די אלע זאכן וואס איר שרייבט מיר וועגן אייער מאן וכו' האט גארנישט צו טון מיט קדושה, דאס איז בלויז א כיטערע שפיל פונעם יצר הרע. ער פארגינט נישט אז איר לעבט א שיינע לעבן, ער קען נישט אויסהאלטן ווי שיין איר לעבט מיט אייער מאן. ער האט אייך שוין פראבירט צו צעברעכן מיט אלע מיטלען, אבער גארנישט איז אים נישט געלונגען, האט ער זיך פארשטעלט ווי א פרומער, ער מיינט אז אזוי וועט ער אייך קענען צעטיילן פון אייער מאן, אבער דאס וועט אים נישט גיין.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א'): "הַיֵּצֶר הָרָע מִתְלַבֵּשׁ עַצְמוֹ בְּמִצְווֹת, וּמַטְעֶה אֶת הָאָדָם כְּאִלּוּ מְסִיתוֹ לַעֲשוֹת מִצְוָה"; ווען דער יצר הרע קומט צום מענטש אים אוועק צו נעמען פונעם אייבערשטן שטעלט ער זיך אהער ווי אן ערליכער איד, ער רעדט איין דעם מענטש אויף אן עבירה אז דאס איז א מצוה, עיין שם. דאס האט ער געטון מיט אייך, ער רעדט אייך וכו' אן איר זאלט נישט קענען ליידן אייער מאן וכו'.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיין פרייליך שבת און איר זאלט פרייליך מאכן אייער מאן, איר זאלט גיין וכו'. דערמאנט זיך וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז: "זיי קלוג, נישט גערעכט"; דאס איז דער סוד פון הצלחה - נישט זוכן צו זיין גערעכט נאר זוכן ווי מען קען זיין קלוג. שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויעט אויף איר הויז, "וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; בפרט אז איר האט זוכה געווען צו א חשוב'ער מאן. איך רעד מיט אים זייער אסאך; ער וויל זיין גוט, ער וויינט צו מיר איך זאל אים העלפן, וואס זאל ער טון אז ער האט זיינע נסיונות וכו'. עס איז נישט אז ער וויל נישט זיין גוט; איך זאג אייך אז ער איז א צדיק און עס טוט מיר וויי צו זען ווי איר פאלט א קרבן פארן יצר הרע וואס ער וויל נאר צעברעכן נאך א אידישע שטוב.
איר שרייבט מיר אז איר קענט נישט זיין אין שטוב ווען ער איז דארט וכו' ווייל ער איז א שטיק טומאה; איך בעט אייך זייער מרת ..., איך ווייס נאר וואס דער רבי זאגט, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דארט וואו מען קריגט זיך דארט איז דער שטן; און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם"; אויב איז מען בשלום וועט מען האבן ברכות; פרעג איך אייך: "וועם ווילט איר האבן אין שטוב, דעם שטן אדער ברכות?" דערפאר בעט איך אייך אז איר זאלט מוחל זיין אייער מאן, אים איבער בעטן און פרובירן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.
ווי קען מען זאגן אויף א צווייטן אז יענער איז טמא, ווען: "כֻּלָּנוּ אֵין פָּנֵינוּ יָפוֹת כְּלָל", מיר אלע דארפן דאך תשובה טון (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן לט), און שלמה המלך זאגט (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי?" ווער קען זאגן אז ער איז ריין פון עבירות...
אז מיר וועלן דן זיין א צווייטן לכף זכות וועט דער אייבערשטער אונז דן זיין לכף זכות; בפרט ווען עס קומט צו שלום בית, דארט דארף מען אלעס טון עס זאל זיין שלום ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן מען זאל אויסמעקן זיין נאמען אבי צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב.
איך ווארט צו הערן פון אייך אז איר האט זיך איבערגעבעטן מיט אים.