בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מאכן א פלאן ווי אזוי אויסצורוימען דעם חמץ און אריינברענגען דעם פסח
פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'.


ווערטס נישט דערשראקן פון פסח'דיג מאכן; פון יעצט ביז פסח איז נאך דא גענוג צייט אויסצורוימען דעם חמץ און אריין ברענגען דעם פסח. מאכטס א פלאן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט וויכטיג, וואס צו טון קודם און וואס האט צייט שפעטער, וועט איר זען ווי גרינג עס וועט אייך אנקומען אריין צו ברענגען דעם פסח.


דער אייבערשטער זאל אייך שיקן מלאכים זיי זאלן אייך העלפן פסח'דיג מאכן, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א כשר'ע יום טוב פסח.