בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת צו, י"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר האט הנאה פון די פרויען צוזאמקום, די שיעורים געבן אייך כח אנצוגיין אין לעבן און איר זענט יעצט מער רואיג צו מקבל זיין די יום טוב מיט פרייליכקייט.
איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט למזל טוב וכו'; דער אייבערשטער זאל אייך אפהיטן פון אלעם שלעכטס און אייך געבן געבן כח צו אנגיין מיט די שטוב ארבעט.
דאס וואס איר שפירט ווי איר פארלירט דעם באלאנס; איר דארפט זען גוט צו שלאפן, ווייל אז מען שלאפט גוט און מען עסט צו דער זעט ווערט מען נישט דיזי. איר זאלט נישט ווערן נערוועז פון דעם וואס איר פארלירט אייער באלאנס וכו' דאס קומט ווען מען איז נישט אויסגערוהט.
עס איז זייער גוט אויב איר קענט זיך אראפלייגן אינמיטן טאג ווען אייערע קינדער זענען נישט אין שטוב, אזוי וועט אייער קאפ און מח ווערן אויסגערוהט און איר וועט נישט שפירן ווי עס שווינדלט אייך דעם קאפ. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "וּבְיוֹתֵר מוֹעִיל הַשֵּׁנָה לָאֱמוּנָה", ווען א מענטש שלאפט ווערט געשטארקט זיין אמונה; דאס זעט מען בחוש ווי אינדערפרי איז שטערקער די אמונה ביי יעדן איינעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב, אות ה): "נָפְקַת בְּצַפְרָא", אינדערפרי באווייזט זיך די אמונה, "וּמִתְכַּסְיָא בִּימָמָא", און במשך דעם טאג ווען דער מענטש ווערט באשעפטיגט מיט זיינע זאכן, ווערט צוביסלעך די אמונה פארדעקט און אפגעשוואכט.
איך האף אז איר וועט אכטונג געבן אויף זיך, איר וועט עסן צו דער זעט און גוט שלאפן, וועט אייער מח מער נישט שווינדלען.
אז מען שלאפט גענוג און מען עסט צו דער זעט און מיט דעם אלעם איז מען זייער שוואך דעמאלט דארף מען זיך אונטערזוכן ביים דאקטער; אבער כל זמן מען עסט נישט געהעריג און מען שלאפט ווייניג איז נארמאל מען זאל שפירן אומבאלאנצירט.
א גוטן טאג.