בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'דארף זיכער מאכן אז א קינד ווערט קיינמאל נישט איבערגעלאזט אויפ'ן באס
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעכטן האט פאסירט א שרעקליכע זאך; דער דרייווער ... האט איבער געלאזט א קליין קינד אויפן באס, אבער בחסדי השם יתברך האט מען געראטעוועט דאס קינד אין צייט. די עלטערן זענען יעצט אריבער געקומען צו מיר פרעגן וואס זיי זאלן טון, ווי קענען זיי זיין רואיג אז דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל.


דעריבער וויל איך רעדן צו אלע דרייווערס; רוף צוזאם אלע בחורים וואס דרייוון פארן מוסד היינט נאכט ביי מיר אין שטוב ניין אזייגער. איך וויל זיי מעורר זיין אויף דעם אז מען טאר נישט פארמאכן די באס, ווען, קאר, בעפארן איבער קוקן צי א קינד איז דארט געבליבן.