בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמות, שובבי"ם, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב זייער הנאה צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט מיט א שטארקע התמדה; די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בויט אויף דעם מענטש פאר'ן גאנצן לעבן.
איך וויל דיר זייער שטארק בעטן זאלסט רעדן צו דיין ווייב מיט א ווייכע שפראך; בכלל פרויען זענען זייער ווייך, זיי רעדן ווייך - דארף מען צו זיי רעדן ווייך, בפרט דיין ווייב - זי איז אויסנאם ווייך, זאלסטו זייער אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט צו איר.
מי לנו גדול פון משה רבינו, וואס דער אייבערשטער האט אים געזאגט בשעת מתן תורה ער זאל רעדן ווייך צו די פרויען, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב", רעד צו די פרויען ווייך; משה רבינו האט זיכער גערעדט שיין, דאך האט אים דער אייבערשטער געדארפט באזונדער בעטן ער זאל רעדן ווייך, כל שכן מיר דארפן אכטונג געבן צו רעדן שיין.
איך וועל דיר נאך דערציילן שיינע מעשיות פון ברסלב'ע חסידים, ווי שיין זיי פלעגן רעדן אין שטוב.