בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די מוסד זאל זיך פירן מסודר
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך וויל וויסן אויב דו האסט נאך עפעס מיט די מוסד, ווייל זאכן זענען נישט מסודר. אין אנהויב האסטו מיר געזאגט אז דו נעמסט די מוסד אויף דיר, דו גייסט זען אלעס זאל קלאפן, למעשה איז די מוסד זייער צעפארן; איז אפשר זאל איך נעמען אפאר פרישע אינגעלייט זיי זאלן זיין די הנהלת המוסד, פירן די מוסד אז אלעס זאל זיין מסודר.


איך וויל זאלסט מיר ווי שנעלער ענטפערן וואס איך האב ווייטער צו טון, ווייל איך בין נישט רואיג ווי אזוי זאכן פירן זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.