בעזהשי"ת
יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א גרויסן ישר כח פאר אלעס וואס איר טוט אין סקול מיט די מיידלעך, איך הער צוריק זייער גוטע גריסן פון די עלטערן, אלע זענען זייער צופרידן, אזוי אויך די מיידלעך און די מנהלת מרת לעזער תחי' - אלע זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט וואס איר לייגט אריין אין די קינדער מיט אזא איבערגעגעבנקייט, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער.
עס איז זייער וויכטיג אז די מיידליך זאלן קענען גוט הלכות שבת, ווייל נאך אביסל וועלן זיי אלע חתונה האבן, און זיי וועלן קענען פירן א אידישע שטוב. הלכות איז דאס וויכטיגסטע לימוד אויף וואס מען דארף לייגן א דגוש, ווייל אן הלכות קען מען נישט פירן א אידישע שטוב; אנדערע לימודים וואס מען לערנט מיט מיידלעך ווי למשל חומש רש"י וכו' וכו' - דאס איז נישט וואס זיי דארפן וויסן און קענען, מה שאין כן הלכות, דאס איז זייער וויכטיג, ווייל אן הלכות - ווי אזוי וועט זי וויסן וואס מען מעג טון שבת, און וואס טאר מען נישט טון שבת וכו'.
דאס וואס איר פרעגט אז איר לערנט יעצט הלכות בישול מיט די מיידלעך, איר ווילט וויסן צי מען מעג אריינלייגן א געקאכטע זאך וואס עס איז שוין נישט דא ביי דעם קיין בישול, אין א כלי ראשון וואס איז שוין נישט אויפן פלאם; דער ענטפער איז יא, ווייל א זאך וואס איז שוין געקאכט איז נישט שייך עס זאל זיך נאכאמאל קאכן "אֵין בִּשּׁוּל אַחַר בִּשּׁוּל", פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין אינגאנצן טריקן, ווייל אויב עס איז נאס איז שוין יא דא בישול, ווייל ביי א דָבָר לַח - אויב עס איז אפגעקילט, איז שוין דא ביי דעם בישול.
די צווייטע שאלה וואס איר פרעגט: "מעג איך עס נאכדעם צוריקלייגן אויפ'ן פלאם?" דער ענטפער איז ניין, אפילו אויב מען האט אינזין געהאט בשעת מען האט אראפגענומען דעם טאפ פון פלאם, אז מען גייט צוריק לייגן דעם טאפ, און מען האט עס נישט אראפ געלייגט אויפן קאנטער, טאר מען עס נישט צוריק לייגן אויפן פייער; מען מעג צוריק לייגן א טאפ אויפן פייער שבת נאר מיט פינף תנאים (שלחן ערוך הלכות שבת, סימן רנג, סעיף ג) די ערשטע תנאי: "כָּל זְמַן שֶׁהִיא רוֹתַחַת" - דער טאפ דארף זיין הייס. צווייטע תנאי: "עוֹדָהּ בְּיָדוֹ" - נאר אויב מען האלט עס אין דער האנט, אבער אויב האט מען אראפ געלייגט דעם טאפ, טאר מען דאס מער נישט צוריק לייגן אויפן פלאם, אפילו עס איז נישט דא קיין בישול, וועל עס איז "מֶחְזֵי כִּמְבַשֵּׁל" עס זעט אויס ווי ער קאכט. די דריטע תנאי: "דַּעְתּוֹ לְהַחֲזִירָהּ" – בשעת ער נעמט אראפ דעם טאפ פון פלאם האט ער אינזין עס צוריק צו לייגן אויפן פלאם. פערטע תנאי: "עַל גַּבָּהּ, אֲבָל לְתוֹכָהּ אָסוּר" – נאר אויפן פלאם מעג מען צוריק לייגן, אבער נישט אין א תנור, און די פיפטע תנאי: "מְבֻשָּׁל כָּל צָרְכּוֹ" – עס דארף זיין אינגאנצן געקאכט, אויב איז עס נאך נישט אינגאנצן געקאכט טאר מען עס נישט צוריק לייגן, ווייל מען טאר נישט קאכן שבת.
דאס דארף מען גוט וויסן פאר א הקדמה צו וויסן ווען מען מעג צוריק לייגן שבת א זאך אויפן פייער, איינמאל מען האט ארויס גוט די תנאים קען מען שוין אליינס וויסן אלע פרטים.
דערפאר טאר מען נישט צוריק לייגן א טאפ אויפן פייער - אויב מען האט אריין געלייגט אינעם טאפ א נייע זאך וואס איז נאך נישט געווען אויפן פייער, ווייל עס איז "מֶחְזֵי כִּמְבַשֵּׁל", עס זעט אויס ווי מען קאכט.
היינט איז דא זייער גוטע ביכלעך פאר מיידלעך אויף הלכות שבת, אלעס איז קלאר און פארשטענדליך, אז מען לערנט עס מיט זיי אויף א קלארער אופן, ווערט עס איינגעבאקן אין זיי, און אזוי וועלן זיי קענען פירן א אידישע שטוב און היטן שבת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א גוט יום טוב.