בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האף איר האט גוט פארשטאנען וואס מיר האבן נעכטן גערעדט ביי די אסיפה מיט אלע טיטשערס. אויב מאכט זיך א טאג וואס איר זענט נישט אויסגערוט, איר זענט נישט גענוג געשלאפן און איר גייט אין סקול מידערהייט, זאלט איר טראכטן צו זיך און זאגן צו זיך שטילערהייט: 'היינט בין איך א במקום, א שטעלפארטרעטער, איך קען נאר פרובירן האלטן די קינדער אבער איך קען זיי נישט מחנך זיין'.
מחנך זיין קינדער קען מען נאר ווען מען איז גוט אויסגערוט, מען איז גוט זאט, מען איז גוטמוטיג, נאר אזוי קען מען זיי מחנך זיין, דעמאלט רעדט מען שיין, קלאר און צו דער זאך; אויב מען איז מיד קען מען קאליע מאכן, מען קען נישט האלטן קאפ ווי אזוי צו רעדן, ווי אזוי צו זאגן.
איך פריי זיך זייער אז איר גייט לערנען מיט די קינדער קומענדיגע יאר שרייבן, ליינען וכו' וכו'. אייערע תלמידות קומען ארויס סוף יאר זייער קלאר, זיי זענען זייער געלערנט סוף יאר; מיר ווילן אזעלכע טיטשערס וואס האבן א שטארקע דרך ארץ (דיסציפלין).
א כתיבה וחתימה טובה.