בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מחנך זיין די קינדער מיט רואיגקייט, נישט מיט רציחה
חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין זון האט מיר היינט פארציילט וואס דו האסט מיט אים געטון די וואך, ער ווייזט מיר צייכענעס אויף זיין ריקן, שווארצע און בלויע צייכענעס ווי דו האסט אים געשלאגן מכת רצח. איך קען עס נישט גלייבן אויף קיין שום איד, איך קען נישט גלייבן אז א איד איז אומשטאנד צו שלאגן א צווייטן איד - בפרט א אייגן קינד - מיט אזעלכע מכות, כל שכן דו וואס דו זעסט אויס ווי א שיינער איד. ווען דו דאווענסט שבת פארן עמוד קען זיך דאכטן אז דו ביסט א דערהויבענער איד, און דא פירסטו זיך אויף אזוי נידריג און געמיין.


איך האב געזאגט פאר דיין זון ער זאל מער נישט אהיים גיין, ער זאל זיך זוכן א פלאץ וואו צו שלאפן כדאי ער זאל געראטעוועט ווערן פון דיר.


קודם כל זאלסטו וויסן אז דאס איז א לאו אין די תורה  (ויקרא יט, יד): "וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשֹׁל", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מועד קטן יז.): "בְּמַכֶּה לִבְנוֹ גָדוֹל הַכָּתוּב מְדַבֵּר", מען טאר נישט שלאגן א קינד ווען ער איז גרויס; דאס איז ביי קליינע פעטש, אבער מכות רצח טאר מען נישט שלאגן קיינעם - כל שכן א בחור פון פופצן יאר.


איך וויל דיר פרעגן: "דו ביסט נאך קיינמאל נישט פארשלאפן אין לעבן?! "ווען דו ביסט געווען א פופצן יעריגער בחור ביסטו אליינס אויפגעשטאנען יעדן אינדערפרי?!" "עס האט קיינמאל פאסירט אז דו זאלסט אויפשטיין שפעט?!" לאמיר זאגן אז דו ביסט יא א מאשין און דו שטייסט אויף פארטאגס, קומט זיך פאר דיין זון מכות רצח מיט א שטעקן ווייל ער שטייט אויף שפעט?! פארוואס זאל ער בכלל וועלן אויפשטיין ווען ער האט א טאטע א רוצח?!


יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס צוויי פון דיינע קינדער זענען דיר ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן; ווייל אז דער טאטע איז אזא רוצח צו שלאגן אן איידעלער בחור פון פופצן יאר מכות רצח מיט א שטעקן, איז פארשטענדליך אז די קינדער ווילן נישט זיין אידן.


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר אזוי וכו', ווייל אז איך וועל דיר נישט זאגן אויפצוהערן וועסטו אויך אים חס ושלום פארלירן; שלאגן איז נישט קיין חינוך זאך, שלאגן איז ארויס צו געבן די אייגענע נערוון. אז דו ווילסט דיין זון זאל אויפשטיין לערנען די הייליגע תורה זאלסטו אים שיין אויפוועקן; וועק אים מיט ליבשאפט, וועק אים ווי מען וועקט א דערוואקסענער מענטש.


שלמה המלך זאגט (משלי ט, ח): "אַל תּוֹכַח לֵץ פֶּן יִשְׂנָאֶך, הוֹכַח לְחָכָם וְיֶאֱהָבֶך", שטראף נישט קיין לץ ווייל דו וועסט גארנישט אויפטון, ער וועט דיר פיינט האבן, אבער ווען דו וועסט זאגן מוסר פאר א חכם וועט ער דיר ליב האבן; זאגט מוהרא"ש א מורא'דיגער פשט: "אַל תּוֹכַח לֵץ" – ווען דו זאגסט מוסר פאר איינעם זאג אים נישט: דו "לֵץ" וואס דו ביסט, דו שגץ וואס דו ביסט – "פֶּן יִשְׂנָאֶך", ווייל ער וועט דיר פיינט האבן; אז דו וועסט רעדן מיאוסע ווערטער צו איינעם וועט ער נישט אננעמען די מוסר וואס דו זאגסט אים, נאר דער וועג איז "הוֹכַח לְחָכָם" – זאג אים: דו ביסט דאך א חכם, עס פאסט נישט פאר דיר דו זאלסט זיך אזוי פירן; אז דו וועסט רעדן צו אים שיינערהייט, "ְויֶאֱהָבֶך", וועט ער דיר ליב האבן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט זיין א גוטע טאטע פאר דיינע קינדער; נישט נאר זיך אהער שטעלן ווי א גוטער מענטש פאר די גאס. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן צו): "מִי שֶׁאֵין לוֹ רַחֲמָנוּת עַל בָּנָיו, בְּיָדוּעַ שֶׁאֵין לוֹ חֵלֶק בֶּשֵׂכֶל דִּקְדֻשָּׁה", ווער עס האט נישט קיין רחמנות אויף זיינע קינדער איז א סימן אז ער האט נישט קיין שכל.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט רחמנות האבן אויף דיינע קינדער.