בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, בארא פארק
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן, דו זאלסט זיי רופן יעדן טאג זיי באגריסן, אינטערעסיר זיך מיט וואס דו קענסט זיי העלפן, און אז דו וואוינסט אין די זעלבע שטאט ווי זיי - זאלסטו אריבערגיין צו זיי. ווייל חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (קידושין לא:; עבודה זרה כד:), עס איז געווען א גוי דמא בן נתינה אין די שטאט אשקלון, וואס האט זייער מכבד געווען זיין טאטע, און אפילו ער האט געקענט פארדינען אסאך געלט האט ער ענדערש אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע און אנשטאט מאכן ביזנעס און מזלזל זיין אין די טאטע האט ער ענדערש אוועק געווארפן זיינע ביזנעס און אכטונג געגעבן אויף זיין טאטע, און דער אייבערשטער האט אים באצאלט עס איז ביי אים אין שטאל געבוירן געווארן א פרה אדומה, וואס מען האט גענוצט אין בית המקדש; זעט מען פון דעם אז דער וואס איז מכבד טאטע מאמע דער איז זוכה צו פרה אדומה, דער ווערט ריין פארן אייבערשטן.
אז דיינע עלטערן ווערן פארעלטערט - זאלסטו נעמען פאר דיר די מצוה זיי צו מכבד זיין, טראג זיי און ברענג זיי, גיי איינקויפן און ערלעדיגן פאר זיי; ווייל עס איז נישטא נאך אזא גרויסע זאך ביים אייבערשטן ווי מכבד זיין די עלטערן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", די גאנצע וועלט געהערט צום אייבערשטן און דער אייבערשטער בעט אונז נאר איין זאך, מיר זאלן מכבד זיין טאטע מאמע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.