בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מלמד דארף זיין אויסגערועט פאר די קינדער
מלמדים, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


דו דארפסט זיך נישט אריינשלעפן פון קרית יואל קיין וויליאמסבורג מיט דיין זון נרו יאיר צו קומען צו מיר אפשערן וכו'.


איך געב דיר א ברכה, "דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער און פון דעם קינד וואס איז זוכה צו באקומען הייליגע פאות, קאפל און ציצית. דו מיט דיין ווייב זאלן האבן כח ווייטער מגדל זיין די קינדער בנקל ובנחת".


עס פעלט נישט אויס דער גאנצער שלעפ, בפרט אז דו ביסט א מלמד דארפסטו זייער אכטונג געבן נישט צו פארן און קומען, דו דארפסט זיין אויסגערוט, האבן אסאך כח און סבלנות פאר די תלמידים. בנוסיף לזה האסטו יונגע קינדער אין שטוב, דארפסטו מיט דיין ווייב שטענדיג טראכטן וואס ווייניגער פארן און קומען, עס זאל נישט גיין אויף די חשבון פון די קינדער.


דיין עבודת השם איז: עס גוט און שלאף גענוג כדי דו זאלסט זיין רואיג און געדולדיג צו דיינע קינדער און תלמידים.