בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#220 - זיך אזוי שיין אפגעגעבן מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יואל משה פליישמאן נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער מענדל נרו יאיר; אים אויפגעבויט און אים אויסגעלערנט תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#219 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט אונזער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' שלום שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יוסף נרו יאיר, אים לערנען תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה,


מיר זענען דיר זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#218 - אויסגעלערנט עברי מיט מידות טובות ויראת שמים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' בערל שניצלער נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער וויל מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון יחזקאל נרו יאיר, אים אויסלערנען עברי מיט מידות טובות ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה אין דיין ארבעט, און נחת ביי דיינע קינדער.


א כתיבה וחתימה טובה ווינטשט משפחת ...

#217 - תורה, יראת שמים און מידות טובות מיט אונזער טייער זון
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, לימוד התורה, יראת שמים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ר' יחזקאל סאמעט נרו יאיר


יעצט ווען די זומער איז אריבער ווילן מיר זיך באדאנקען פארן זיך אזוי אפגעבן מיט אונזער טייערער זון הערשל נרו יאיר; לערנען מיט אים תורה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און הצלחה ביי דיינע קינדער און תלמידים.


מיר זענען זייער דאנקבאר.


א כתיבה וחתימה טובה, ווינטשט משפחת ...

#216 - הכרת הטוב פאר'ן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ישראל שמעון שטיינבערג נרו יאיר


מיר ווילן ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב פארן זיך אפגעבן מיט אונזערע קינדער נחמן נתן מיט יצחק דוד.


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו האסט געטון פאר זיי.


א כתיבה וחתימה טובה.


משפחת ...

#215 - יישר כח פאר די ארבעט מיט מיין זון
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד נחמן ניישטיין נרו יאיר


איך גיי איבער כמעט יעדן טאג די עברי מיט מיין זון יחזקאל רוטה, ער קען ברוך ה' זייער גוט, אויך יעצט האב איך אים אויסגעהערט די עברי, און געלויבט דעם אייבערשטן ער קען זייער גוט.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין אים, סיי מיטן אויסלערנען ליינען, און סיי פאר די יראת שמים, אמונה, קדושה, מידות טובות, און פאר די אמונת חכמים, ער דערציילט אין שטוב אלע מעשיות וואס דו דערציילסט זיי.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה וסייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים און מיט דיינע קינדער, זאלסט זען פון זיי נאר נחת און ערליכע דורות און דורי דורות.

#214 - רפואה שלימה בזכות אריינלייגן די כוחות אין די קינדער
מלמדים, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וואס דו קענסט זיך פארנעמען צו זיין געזונט נאכדעם וואס דו ביסט געלאפן אין שפיטאל ביים כאפן אן אטאקע פון גאל שטיינער לא עלינו.


איך קען דיר זאגן וואס איך האב זיך מקבל געווען דרייצן יאר צוריק ווען איך בין געווען אין שפיטאל, ווען איך האב געהאט עפענדיק"ס השם ישמרינו; איך האב זיך מקבל געווען ליגנדיג אין שפיטאל מיט יסורים נוראים אז איך וועל מחזק זיין און מקרב זיין בחורים; איז אפשר זאלסטו זיך מקבל זיין צו שמייכלען צו דיינע טייערע תלמידים פון כתה ..., טייערע קינדער, ריינע נשמות, זיי ליב האבן, געדענקען אז קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען הייליג און ריין, די וועלט שטייט אויף זיי, זייער תורה איז אזוי הייליג אז עס האלט די גאנצע וועלט.


זאלסט קיינמאל נישט זאגן פאר א קינד: "איך וועל דיר צעברעכן יעדע ביין רחמנא לצלן"; אפילו מען פארלירט זיך – איז דאס נישט ווערטער וואס מען מעג זאגן פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה בזכות וואס דו לייגסט אריין יעדע טראפ כח אין די הייליגע קינדער.


טרינק אסאך וואסער.

#213 - נאך ארבעט וועט גייט אויפ'ן חשבון פון די קינדער
שמחה, מלמדים, שטעטל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי פון שטעטל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג דאס וואס דו ווילסט נעמען דעם מנהל ר' ... זאל פארלערנען דעם דף גמרא אינדערפרי אין שול, דער מנהל איז פארנומען מיט אונזערע קינדער, זיי מחנך זיין מיט תורה ויראת שמים, און אז דו וועסט אים געבן נאך זאכן צו טון - וועט דאס גיין אויף די חשבון פון אונזערע קינדער.


אזוי אויך זע איך אז דו האסט גענומען דעם מלמד ר' ... זאל העלפן מיט צושטעלן אכסניא'ס פאר אלע געסט וואס קומען אין שטעטל אויף שמחת תורה; עס איז דא גענוג און נאך אינגעלייט וואס ווילן העלפן בויען דעם שטעטל, דער מלמד טוט פאר אונזערע קינדער, סיי ער איז מלמד און סיי ער גרייט אן די לימודים פאר אלע כיתות פאר די קומענדיגע יאר, עס לוינט נישט זיי צו נעמען, עס וועט גיין אויפן חשבון פון אונזערע קינדער.


זע אין שטעטל זאל זיין פרייליך, מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, ווייל דאס איז אונזער הצלחה, נאר אז עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו וועט זיין הצלחה, וועלן אלע האבן ברייט פרנסה און מען וועט קענען באצאלן די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע; אלעס ווענדט זיך אין די ליבשאפט צווישן אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#212 - א מלמד וואס שלאגט, קען נישט זיין מלמד
מלמדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אפאר עלטערן זענען געקומען צו מיר מיט א טענה אז זייערע קינדער קומען אהיים און ווילן נישט גיין אין חדר, זיי זאגן דו שלאגסט די קינדער. איין טאטע האט מיר געזאגט אז ער גייט דיר געבן מכות פארן שלאגן זיין קינד שוין אפאר מאל דעם זומער.


איך וויל דיר קלאר מאכן, ביי מיר קענסטו מער נישט זיין קיין מלמד אויב דו שלאגסט די קינדער. מוהרא"ש האט א גוטע ארבעט פאר א מלמד וואס שלאגט קינדער, צו ארבעטן ביי די מיסט (וואס ווער עס ווייסט ווי די ארבעטערס ווארפן די קאנעס מיט רציחה); מוהרא"ש זאגט: "אנשטאט אויסגעבן רציחה אויף די קינדער – געב אויס די רציחה אויף די קאנעס".


על כן ווארן איך דיך, אויב דו וועסט אנרירן א קינד, ערשטנס וועסטו נישט זיין ביי מיר א מלמד, צווייטנס זיי גרייט אז די עלטערן וועלן דיך שלאגן און רופן די פאליציי; מער פון דעם האב איך נישט וואס צו זאגן.

#211 - ווארענען די מלמדים נישט צו שלאגן קינדער
מלמדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


דעם שבת זענען געקומען צו מיר עלטערן אז דער מלמד ... – שלאגט און פראסקעט די קינדער, איין טאטע זאגט מיר איך גיי אים געבן מכות, א צווייטער זאגט מיר איך וועל רופן די פאליציי.


וויל איך דיר בעטן נאכאמאל, רעד צו די מלמדים און ווארן זיי אויב וועט איינער אנרירן א קינד. מוהרא"ש האט שוין יארן צוריק געזאגט אז מלמדים וואס האבן לויזע הענט, זיי שלאגן, ציפן, שטופן, גראדזשען – זאלן גיין ארבעטן ביי די מיסט, ווארפן די מיסט קאסטענעס, זיך דארט אויסגעבן די נערווען (די איין זאך איז נאכנישט דא אין שטעטל). און אז מען דארף אמאל געבן א פעטשל קען דער מלמד דאס נישט טון, ער זאל מכבד זיין דעם מנהל.


איך בין געווען פינף יאר מלמד ביי די כתה ט', וואס געווענליך דארט גייט פעטש וכו', איך האב קיין איין מאל נישט געניצט מיינע הענט, נישט געווען אזא זאך שלאגן, (אויסער איין פאטש, וואס א קינד האט געשריבן אויפן טאוועל ניבול פה, א מעשה פאר זיך), און אז מען בעט דער מנהל צו שלאגן זאל דער מנהל זוכן איינעם מער חשוב צו שלאגן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "הסוטר לועו של ישראל כאילו סוטר לועו של שכינה", ווער עס שלאגט א איד איז דאס כאילו ער פאטשט דעם אייבערשטן כביכול אין זיין פנים, השם ישמרינו.


איך בעט דיר זייער זאלסט שטיין אויף דעם דאס זאל נישט פאסירן מער ביי אונז.

#210 - זיין א ווארעמע אויסגערוטע פרייליכע מלמד
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט אויך טון וכו'; איך וויל זייער אז דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין אין חדר. לאז די זאכן פאר אנדערע, לייג אריין דיין הארץ, קאפ און מח אין די קינדער, און אויב עס בלייבט איבער נאך כח - זאלסטו פרעגן די מנהל וואס נאך דו קענסט טון פאר די חדר, ווייל נאר דאס איז אונזער הצלחה, אז אונזערע קינדער באקומען די בעסטע ווארעמסטע חינוך; קענסט האבן די שענסטע שול מיט די שענסטע קהילה, אויב די קינדער באקומען נישט די ריכטיגע חינוך - האסטו גארנישט, וד"ל.


דיין עבודת השם איז - זיין א ווארעמע אויסגערוטע פרייליכע מלמד; מאכן פרייליך די קינדער און זיי אנפילן מיט יראת שמים און גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#209 - איין גוט ווארט, קען אלעס בארואיגן
מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ביטע געדענקען וואס די פליכט פון א מנהל איז, צו מחזק זיין די מלמדים, זיי מאכן שפירן וויכטיג, זיי מאכן שפירן גוט, זיי געבן יעדן טאג גוטע ווערטער; זיי זאלן נישט לעבן אין ספיקות אויב מען דארף זיי יא אדער נישט וכו'.


עס דרייט זיך ביים מלמד אין קאפ בלבולים, מחשבות וכו', און איין גוט ווארט פונעם מנהל קען אלעס בארואיגן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#208 - איך וויל האבן מלמדים יראי שמים
מלמדים, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דו ביסט א מלמד, האסטו אן אחריות צו קומען אין שול אינדערפרי דאווענען שחרית מיט מנין, און אז דו קומסט נאכמיטאג טאג נאך טאג דאווענען נאך חדר, פרעגן די עלטערן: 'דאס איז דער מלמד פון מיין זון? ווי אזוי זאלן מיר טראכטן אויף די זאך?'


איך וויל זייער דו זאלסט דאווענען אינדערפרי, און אז דו קומסט נישט אן אינדערפרי זאלסטו וואס פריער דאווענען. נעם מיט דיין טלית ותפילין, דאווען אין חדר ביי הפסקה, נישט נאכמיטאג; ווייל נאך חצות קען מען נישט דאווענען, נאך חצות איז א ברכה לבטלה, נאך חצות איז א חילול השם.


איך וויל דיך נישט באליידיגן, אבער איך וויל האבן מלמדים יראי שמים. איך בעט יעצט נאך מער דעם אייבערשטן: "אייבערשטער געב מיר מלמדים יראי שמים, אייבערשטער איך דארף מער נישט קיין מומחים, איך דארף מלמדים וואס האבן יראת שמים, וואס דאווענען און לערנען און האבן מורא פונעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#207 - נישטא אזא זאך א מלמד זאל שלאגן
מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


איך הער פון עלטערן אז דער מלמד אין כיתה ... – שלאגט; וויל איך דיר בעטן דו זאלסט רעדן צו די מלמדים אז זיי קענען נישט שלאגן, נישטא אזא זאך א מלמד זאל שלאגן. אויב מען דארף געבן א פאטש - זאל דאס דער מנהל טון, און אז דו שפירסט ווי דו דארפסט געבן א פאטש, זאלסטו גיין ערשט התבודדות און בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט טון נאר וואס איז ריכטיג, קענען אויסלערנען די קינדער וואס איז ריכטיג, זיי מחנך זיין מיט יראת שמים און אהבת הבורא.


מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט אז א מלמד שלאגט נישט, נאר אז עס פעלט אויס - זאל דער מנהל זיך מטפל זיין אין דעם.דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#206 - צושטעלן דארמעטארי נאר פאר בחורים וואס האלטן מיט
מלמדים, ישיבה

 בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מודיע פאר די חתנים פון ארץ ישראל זיי זאלן נישט קומען קיין אמעריקע, עס האט נישט קיין זין צו קומען קיין אמעריקע ווען מיר האבן א גאר גוטע ישיבה אין ירושלים מיט א גאר גוטער מגיד שיעור און א מדריך לחתנים וואס וועט זיי אנגרייטן פאר די חתונה.


אויך זאלסטו נישט געבן קיין בעט צו שלאפן אין דארמיטארי פאר די בחורים וואס קומען נישט אין ישיבה, איך וויל פארמאכן די דירות וואו די בחורים שלאפן, ווען רוב פון די בחורים זענען נישט געקומען אין ישיבה א גאנץ ווינטער. עס איז א גרויסע אחריות, איך וויל דו זאלסט שטיין אויף דעם און זיין אחראי אויף דעם, נאר געבן א בעט פאר די בחורים וואס קומען יעדן טאג אין צייט צו שחרית.


חיזוק קענען אלע קומען הערן, צו די נאכמיטאג שיעור קענען אלע קומען, אבער געבן א בעט - איז נאר פאר בחורים וואס קומען צו שחרית, וואס ליינען קריאת שמע אין צייט, דאווענען אין צייט, און פילן אן רוב טאג מיט תורה, תפילה והפצה.


אזוי אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיין ממונה זומער ווען מיר וועלן זיין אין שטעטל, געבן אש"ל נאר פאר בחורים וואס האבן מיט געהאלטן א גאנץ יאר אלע סדרים.


אזוי אויך וויל איך דיר בעטן, די שעות וואס דו ביסט מלמד פון ניין אזייגער ביז דריי - זאלסטו נישט עוסק זיין אין קיין שום פרעמדע זאך, אפילו אין קהילה ענינים; דיין קאפ, הארץ אין מח - זאל זיין ביי די קינדער, זיי אנפילן מיט תורה, תפילה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#205 - א מלמד מוז גיין אין מקוה
תפילה והתבודדות, מקוה, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מלומדות איז א חכמה, פון איין זייט דארפן די קינדער ליב האבן חדר, און עס דארף זיך שפירן א פרייליכקייט אין כיתה, און אין די זעלבע צייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, די קינדער דארפן זיצן שטיל, יעדער אויף זיין פלאץ אן ארויסרעדן א ווארט; אז די צוויי זאכן זאלן גיין אינאיינעם – איז א חכמה, און מיט תפילה קען מען מצליח זיין.


שטיי אויף פארטאגס, גיי שפאצירן מיטן אייבערשטן; בעט אים אז דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, זאלסט טון דיין ארבעט בנאמנות; געבן פאר דיינע תלמידים דאס מערסטע וואס איז שייך.


א מלמד מוז גיין אין מקוה, איך נעם זיך אויס אז אויב מען גייט נישט אין מקוה אינדערפרי – קען מען נישט זיין ביי מיר א מלמד. היות איך ווייס נישט, איך קוק נישט נאך, פארלאנג איך מען זאל זיין אפן מיט די מוסד.

#204 - מלמדים דארפן רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער מלמד ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיך צו דאנקען אויף אלעס וואס דו טוסט מיט אונזערע קינדער, אזויפיל יראת שמים לייגסטו אריין אין זיי, אזויפיל הארץ, אזויפיל כח; דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך כח צו קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


אז דו זעסט א קינד שפילט זיך מיט א צווייטע קינד נישט איידל, זיי קיצלען זיך נישט איידל, און אזוי ווייטער, זאלסטו דאס גלייך אפשטעלן און רעדן צו די קינדער פון זיין איידל, דאס איז דיין פליכט בתורת מלמד; איך פארלאנג פון אלע אונזערע מלמדים זאלן רעדן מיט די קינדער פון קדושת הברית, ויפה שעה אחת קודם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#203 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן מקרב זיין מיין זון
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן לערנען מיט מיין ... די אלע זומער וואכן, און אויך אינמיטן יאר ווען ער קומט אמאל אין שטעטל ביסטו אים מקרב אזוי ליבליך און אזוי ווארעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע גוטע מעשים, אין מלמדות, הצלה, אומאן, בית התבשיל, גבאי בית המדרש אשר בנחל, חתונות, איי ווי, ועוד.

#202 - איינער וואס שלאגט קינדער, האט נישט וואס צו זיין אין חדר
מלמדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עלטערן זאגן מיר אז די קינדער ביי דיר אין חדר קומען אהיים מיט סימנים פון שלאגן און ציפן. איך בעט דיר זייער, זיי מיר מברר אויב איז דא איינער וואס רירט אן קינדער, ווייל איינער וואס שלאגט קינדער - האט נישט וואס צו זיין אין חדר; מוהרא"ש זאגט, איינער וואס שלאגט - דארף גיין ארבעטן אין סעניטעישן (ביים צאמנעמען די מיסט).


איך ווארט אויף אן ענטפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#201 - א מלמד דארף זיין גוט צוגעגרייט מיט א פונקטליכע סדר היום
תפילה והתבודדות, מלמדים, היטן די צייט, סדר היום, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


עס איז וויכטיג צו מאכן א סדר היום, די טאג זאל זיין פינקטליך, דאס איז ביי אלע כיתות און בפרט ביי יונגע קינדער; דער מלמד דארף זיין אנגעגרייט, 'וואס גיי איך טון די גאנצע יאר? וויפיל דארף איך אנקומען א טאג, א וואך, א חודש, ביז די יאר גייט אריבער? וואס דארפן די קינדער קענען?' נאר אזוי קען מען מצליח זיין, און אז דער מלמד קומט אין חדר אן קיין פלאן - דעמאלט שפירן דאס די קינדער, און דעמאלט ווערט א צעפארעניש, דאס מאכט מען זאל שרייען און ווערן פארלוירן.


דער טאג מוז נישט זיין פינקטליך ווי א מאשין, אבער מער ווייניגער דארף זיין די טאג מיט א סדר; וויפיל צייט מען דאווענט, וויפיל צייט מען עסט, וויפיל צייט מען שפילט, וויפיל צייט מען קאלירט, ווען מען זינגט די אני מאמינס, ווען מען נעמט צאם די שפילצייג וכו' וכו'.


אן תפילה איז גארנישט דא; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין מיט די תלמידים און קיין איין תלמיד זאל חס ושלום נישט אוועק גיין פון די תורה וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#200 - דער בעל הבית פון גראסערי קומט העלפן אין חדר
מלמדים, משמש דעם רבי'ן, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס האט מיר געלוינט צו זיין ביי די ברכת האילנות מיט די קינדער פון תלמוד תורה פון שטעטל, צו זען די הערליכע בילד ווי דער בעל הבית פון לעמאנעיד גראסערי בכבודו ובעצמו איז א במקום (סאב) פאר א מלמד וואס האט נישט געקענט קומען; איך האב אזוי הנאה געהאט דאס צו זען, דאס ווייזט אז דיין גאנצע הארץ איז פארן רבי'ן, דו ווילסט העלפן מיט וואס מען דארף, און אז יעצט דארף מען א במקום אין חדר - פאסט דיר צו קומען און דאס טון.


איך דאנק דיר פארדעם און איך בעט פאר דיין הצלחה.


לערן יעדן טאג גמרא, לאז נישט דער טאג אריבערגיין אן עפענען די גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#199 - רייכער נישט, דו קענסט כמעט נישט אטעמען
מלמדים, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים, מידות טובות מיט שמחה. איך ווייס דו ארבעטסט שווער, איך ווייס גאר גוט די שווערע ארבעט וואס א מלמד האט, איך אליינס בין א מלמד שוין צוואנציג יאר; דאך לוינט זיך עס, די שכר פון א מלמד איז נישט צו באגרייפן, די שכר גייט לנצח נצחים.


רייכער נישט, דו קענסט כמעט נישט אטעמען, לאז אפ דעם ציגארעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - ווארעם און ווייך צו די קינדער
מלמדים, התבודדות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף קינדער... עס זענען דא קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס מען פייניגט און מען הרג'ט זיי; דער קינד ... נרו יאיר, די מאמע איז אזוי איבערגעשטרענגט, זי קען אים בייסן און אים שלאגן מכות אכזריות.


בעט איך דיר, זיי זיך זייער מחזק און זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיך באנוצן מיט רחמנות, ווען מען נעמט אריין רחמנות - ווערט אלעס גוט; מען ווערט ווארעם און ווייך, און די קינדער שפירן דאס און זיי פאלגן.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, גיי נישט אין חדר נאר נאכן גיין התבודדות; נאכן זיך אויסשמועסן, נאכן זיך אויסקרעכצן, נאכן זיך איבערגעבן - פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - זען אז אלע קינדער זאלן קענען דאס לערנען
מלמדים, הפצה, חדר, הדרכות, עצות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תרומה, שובבי"ם, ז' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיר בעטן זאלסט פארהערן די קינדער, זען אויב די קינדער קענען דאס לערנען. איך הער צוריק פון אפאר עלטערן פון כיתה ... אז די קינדער זענען שוואך מיט קענען די חומש. אפשר לערנט מען צו סאך; ענדערש זאל דער מלמד לערנען ווייניגער פסוקים און מען זאל דאס גוט קענען, ווי איידער דער מלמד זאל לערנען אסאך און די קינדער קענען נישט.


עס איז וויכטיג דו זאלסט אריינגיין אין יעדע קלאס פארהערן, נישט אויף צו זוכן ווי צו כאפן די קינדער וואס קענען נישט, נאר צו פאררעכטן די וועג ווי אזוי מען לערנט, אז אלע זאלן קענען דאס לערנען.


אויך זאלסטו מחזק זיין אנשי שלומינו. ווען דו רעדסט ביי ספורי מעשיות און ביי שלש סעודות - זאלסטו מחזק זיין אנשי שלומינו זאלן קומען צו די שיעורים, אויסהערן די שיעורים, פאלגן וואס מען רעדט ביי די שיעורים. אויך זאל מען לערנען די בריוו פון עצתו אמונה; די מפיצים גייען הפצה מיט די ספרים, מענטשן זענען זיך מחי', יעצט דארף מען זען אז אין היכל הקודש - ביי אנשי שלומינו – זאל מען אויך אנהויבן לערנען און טון די עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - געבן די הרגשה פאר די מלמדים אז מען איז צופרידן מיט זיי
קאמפלימענטס, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, סמארטפאון, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת תרומה, שובבי"ם, ז' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער עס זאל נישט זיין אין חדר קיין טעבלעט אדער סמארטפאון אפילו לצורך המוסד, און אז מען דארף צייכענען יעדן טאג די קינדער וואס קומען - זאל מען דאס נישט טון מיט א טעבלעט. געב אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן ריין און הייליג.


די מלמדים זאלן רעדן צו די קינדער פון זיך היטן פון א נישט כשר'ע טעלעפאן, מען דארף רעדן צו די קינדער פון יראת שמים ווען זיי זענען נאך יונג, און אז די קינדער וועלן זען ווי מען נוצט די סארט כלים מטעם המוסד - וועלן זיי אפגעקילט ווערן פון יראת שמים.


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען א וויכטיגע זאך וואס דער מנהל דארף געדענקען צו טון; געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים. עס איז די וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעם; געבן די הרגשה פאר די מלמדים אז מען איז צופרידן מיט זיי.


דאס איז נישט נאר פאר א מנהל, דאס איז פאר יעדע בעל הבית; אז מען האט ארבעטערס און מען מאכט זיי שפירן ווי מען דארף זיי - שפארט מען זיך זייער אסאך פראבלעמען, און מען איז נאכדעם זייער מצליח. דער ארבעטער האט א שטארקע ווילן צו טון וואס אימער פארן בעל הבית, כל שכן א מלמד וואס זיצט מיט נשמה'לעך און ער דארף האבן סבלנות מיט אייזערענע כוחות צו זיין רואיג און אויפהייבן די קינדער - דארף דער מנהל געדענקען צו געבן די גוטע געפיל אז מען ווייסט פון זיין שווערע ארבעט.


אז דו וועסט אויפלעבן דעם מלמד וועסטו זיך איינשפארן אסאך ארבעט.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, הויב אן דיין טאג מיט התבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין מיט יעדן מלמד און מיט יעדן תלמיד - וועסטו האבן א שטארקע הצלחה.