בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מלמד איז שיין, א מלמד איז פיין
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


יעקב נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר אז דיין לעבן גייט דיר אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן; מיט זיין א מלמד פאר די קליינע קינדער, דו לייגסט אריין אין זיי אמונה, מיט יראת שמים; איך בין מקנא דיין חלק.


קוק זיך אום אויף די קינדער, ספעציעל אויף די קינדער וואס קענען זיך נאכנישט מסדר זיין וכו'; אז די נאז רינט – זאלסטו זיי אפווישן מיט געפיל, און די קינדער וואס קענען זיך נישט קיין עצה געבן אין בית הכסא – זאלסטו זיין מיט רחמנות רייניגן, זאלסט זיי ריין מאכן מיט געפיל; טראכט: 'וועם רייניג איך? דעם אייבערשטנ'ס קינדער, פארוועם ארבעט איך? פארן אייבערשטן, וואס זענען די פיצלעך קינדער? נשמות ישראל'.


גלעט די קינדער, געב זיי ליבשאפט. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א מלמד, ער פלעגט גלעטן און קושן די קינדער מיט די גרעסטע ליבשאפט; טייערער יענקי, זינג זיך די ניגון: "א מלמד איז שיין, א מלמד איז פיין, א מלמד איז נאר פארן אייבערשטן אליינס".


דאווען מיט די זיבן אזייגער מנין און לערן אכצן פרקים משניות, און זאג דעם יום תהלים פארן דאווענען.