בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - ביסט א מלמד, פארוואס ביסטו צעבראכן?
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


וואס ביסטו אזוי צעבראכן? דער מנהל לאזט מיר איבער א הודעה אז דו ביסט זייער א גוטער מלמד, ער זאגט זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים מיט גוטע מידות מיט אזא ווארעמקייט.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט אויבן אין הימל פון מלמדים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד' – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; וואס האט א מלמד מיט שטערנס? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט, ווייל א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן - גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; דערצייל זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, דאס וועט אויפפלאמען זייער הארץ זיי זאלן וועלן אויסוואקסן צדיקים. עס איז באוויסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - יעדע קינד זאל באקומען גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט
הדרכות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר אז די ביסט געווארן א מלמד ביי אונז אין תלמוד תורה פאר די טייערע קינדער שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:), די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


פארגעס נישט צו געבן אסאך גוטע וועטער פאר יעדן קינד, אמאל איז מען אזוי פארנומען מיט אוועק שטעלן די דרך ארץ וואס איז זייער וויכטיג, עס מוז זיין דרך ארץ, עס מוז זיין דיסציפלין, אבער אז מען איז פארנומען מיט דעם - פארגעסט מען צו געבן גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט פאר די קינדער, וואס דאס איז נאך מער וויכטיגער פון אלצדינג.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך אנצייכענען אין א ביכל, האלטן א חשבון - אז יעדע קינד זאל באקומען גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט.


אויב מען דארף באשטראפן א קינד - זאלסטו דאס איבער געבן פארן מנהל, און אז דער מנהל דארף געבן א פאטש - זאל ער אויך זוכן איינעם וועם דאס איבערצוגעבן, ווייל דער רבי לערנט אונז אז מיט גוטן פועל'ט מען, און אז מען האט גע'פועל'ט מיט שלעכטן דארף מען וויסן אז מיט גוטן וואלט מען גיכער און שענער גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#28 - דו האסט וואס צו געבן פאר תלמידים
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך זע אין דיר אז דו קענסט זייער מצליח זיין מיט קינדער, איך זע דיך פאר א מלמד, דו האסט וואס צו געבן פאר תלמידים, ווארעמקייט און יראת שמים, אויך דיין ווייב האט אין זיך אסאך תוכן און הארץ צו געבן פאר תלמידות.


געב זיך איין פאר א מלמד און דיין ווייב אלס א טיטשער, לייג אריין דיין פלאג און מי אין הייליגע ארבעט, אין זאכן וואס וועלן בלייבן. ווייל אז מען לערנט מיט תלמידים און די תלמידים מאכן אנדערע תלמידים און ברענגען דורות, און די דורות ברענגען ווייטער דורות, קען מען זיך נישט פארשטעלן די שכר און נצחיות וואס מען איז זוכה.

#27 - גיין יעדן אינדערפרי א שפאציר מיט'ן אייבערשטן
התבודדות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א קביעות יעדן אינדערפרי צו גיין א שפאציר מיטן אייבערשטן, דאס הייסט גיין שפאצירן און שמועסן מיטן אייבערשטן פאר צען מינוט.


איידער דו גייסט אין חדר זאלסטו גיין א שפאציר און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין אן ערליכער איד און ווי דער יצר הרע שטערט דיר.


איך זאג דיר דיין לעבן וועט זיך טוישן צום גוטן, וועסט ווערן א גרויסער צדיק, וועסט באקומען א קלארע אמונה, וועסט ווערן א פרייליכער וכו'.


שרייב מיר יעדע וואך, דאס וועט אויפבויען א שטארקע קשר צווישן אונז.

#26 - א פרייליכע אטמאספער אין קלאס
שמחה, הדרכות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געדענק און פארגעס נישט אז דער עיקר הצלחה ליגט אין דעם אויב דער מלמד מאכט א פרייליכע אטמאספער אין כיתה; אז עס איז דא א פרייליכע לופט זענען די הערצער אפן און מען איז מצליח מיט די לערנען און מיט זיי אויסלערנען מידות טובות און אזוי ווייטער, אויב אבער עס איז דא א בייסיגע לופט, אן אנגעצויגענע לופט, דער מלמד הערט נישט אויף שרייען און געבן מוסר - פארמאכן זיך די הערצער און די מוחות, און עס איז נישטא הצלחה.


אין אלע בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן וועגן די ישיבה שרייבט ער אלץ די זאך: "זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין ישיבה, אזוי וועסטו מצליח זיין".


איך וויל זייער דו זאלסט זיך מיט נעמען די בריוו און דאס לייגן אין חדר ערגעץ צווישן דיינע זאכן, און דאס יעדן טאג איבער'חזר'ן, אז עס מוז זיין פרייליך, דו מוזט זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - קוק מיט רחמנות אויף מענטשן, וועט 'דיר' גוט ווערן
תפילות אויף אידיש, בזיונות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


דער מנהל זאגט מיר אז דו האסט ווייטאג אויף איינע פון דיינע תלמידים, הילד ..., ווייל דער טאטע האט דיך מבזה געווען און גערעדט אויף דיר אין שול וכו'.


איך וויל דיר בעטן צוויי זאכן, ערשטנס, וואס איז דער קינד שולדיג אז דער טאטע פירט זיך אזוי אויף, א מלמד דארף זיך שטארקן און בעטן דעם אייבערשטן אז דער צוגאנג צו די תלמידים זאל נישט זיין לויט די חשבונות מיט די עלטערן וכו'.


צווייטנס, ווען דער טאטע רעדט אזוי ברייט וכו' מיינט ער נישט צו פארשעמען. אזוי זענען מענטשן, מען רעדט הויך, מען געבט אויס ווייטאג, מען כאפט נישט אז דאס איז גורם ווייטאג פאר אנדערע.


איך האב אויך אזעלכע מעשיות, און אז איך הויב אן קוקן מיט רחמנות אויף יענעם ווערט 'מיר' גוט, און אויב חס ושלום איך פארגעס פון רבינ'ס שכל, איך פארגעס צו קוקן מיט רחמנות, איך טראכט שלעכט, איך האב טענות 'היתכן יענער זאגט אזוי און אזוי?' ווערט 'מיר' נישט גוט.


פריער בין איך געגאנגען אין גאס, א אינגערמאן גייט מיר אריבער און זאגט מיר: "דו שגץ", די ערשטע רגע האב איך געטראכט 'פארוואס זאגט ער אזוי?' נאכדעם האב איך געטראכט 'ער מיינט נישט שלעכט, ער וויל נאר גוט, ער האט מן הסתם געהערט לשון הרע, און ער טראכט ער וויל טון עפעס גוטס, ער וויל מוחה זיין, האט ער געזאגט די ווארט'; און עס איז מיר גלייך גוט געווארן.


טייערער ברודער, טייערער מלמד, אויב דו וועסט אנהויבן קוקן מיט רחמנות אויף מענטשן וועט 'דיר' גוט ווערן, דו וועסט זיך נישט אויפעסן, דו וועסט לעבן א גן עדן לעבן, און אז איינער זאגט דיר אז מען האט דיך היינט באזינגען אין מקוה אז דו ביסט נישט קיין גוטער מלמד וכו' וכו', זאלסטו נישט מאכן קיין חשבונות מיט די קינדער, און אויך נישט מיט די עלטערן. זאלסט טראכטן (עיין בבא בתרא טז:): "אֵין אָדָם עַל צַעֲרוֹ", א מענטש ווען עס גייט אים אריבער שוועריקייטן און ער צערעדט זיך, קען מען אים נישט דן זיין; אזוי וועט דיר 'דיין' לעבן ווערן זיס און געשמאק.


גיי א שפאציר אינדערפרי און זאג: "הייליגער באשעפער געב מיר די אויגן פון צדיקים וואס קוקן גוט אויף יעדן און זענען יעדן איינעם דן לכף זכות, און זוכן נאר דאס גוטס ביי יעדן איינעם. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האלטן פון מיר אליין, איך זאל מיך אליין ליב האבן, איך זאל גלייבן אז דו האסט מיך ליב, און אז איינער זאגט מיר עפעס זאל איך נישט ווערן אויסער זיך, העלף מיר איך זאל מצליח זיין מיט מיינע תלמידים, בפרט מיט הילד... און הילד... זיי זאל איך ליב האבן און זיי מאכן גוט פילן".


שרייב מיר דיינע געפילן, דיינע מחשבות, איך וועל דיר העלפן מיט די רבינ'ס עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - אז מ'האט א שטארקע אמונה קען מען עס איבערגעבן ווייטער
אמונה, עירוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב געהערט אז דו האסט יעצט געענדיגט בודק זיין דעם עירוב גייענדיג מיט די פיס, דו האסט געמאכט די יערליכע בדיקה. איך דאנק דיר אויף דעם, איך ווייס אז עס איז א שווערע ארבעט, איך בין אליין אריבער אויפן גאנצן עירוב גייענדיג צו פיס בודק זיין יעדע לחי פון דער נאנט, עס האט מיר גענומען אפאר גאנצע טעג פון אינדערפרי ביז ביינאכט. אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו קינדער, כידוע פון צדיקים אז מאכן אן עירוב איז מסוגל פאר קינדער.


איך וויל דיר זייער בעטן, היות דו ביסט א מלמד, דו דארפסט אריינלייגן אין די קינדער אמונה, און נאר אז מען האט אליין א שטארקע אמונה קען מען דאס איבער געבן ווייטער. בעט איך דיר זייער, נעם אריין די אמונה אין דיר, חזר זיך אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, נישטא קיין ריר זאל פאסירן פערצופאל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל עס זאל פאסירן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אריינלייגן אין די קינדער ריינע אמונה, רעד מיט זיי אסאך פונעם אייבערשטן, אז אלעס פאסירט מיט א פינקטליכע השגחה, לערן מיט די קינדער וואס דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געלערנט, מען זאל וויסן אז גארנישט פאסירט פון זיך אליין, און ווען דער וואגן פארט און עס פאלן אראפ שטרוי - איז אויך אנגעשריבן פון אויבן פינקטליך וואו די שטרוי זאל פאלן, און ווען א בלעטעלע פאלט אראפ פון בוים איז אויך אנגעשריבן פון הימל פינקטליך וואו עס זאל פאלן; קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, דומם, צומח, חי און מדבר, אלעס איז אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - א מלמד זאל דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו לייגסט אריין אין די קינדער תורה, יראת שמים און מידות טובות, וואויל איז דיר אז דיין פלאג און מיה איז אין זאכן וואס זענען נצחיות, דו בויסט אויף סאלדאטן פארן אייבערשטן.


זע צו דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, דערצייל זיי די מעשה וואס האט אויפגעפלאמט דעם רבינ'ס הארץ ווען דער רבי איז געווען א קליין קינד. עס איז דא אפאר גירסאות אין די מעשה, דערצייל זיי אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט עס אין ספר פעולת הצדיק (עיין סימן כו).


די מעשה גייט אזוי, דער הייליגער רבי האט פארציילט ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוהויבן דינען דעם אייבערשטן; דאס האט זיך אנגעהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים, ווייל דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל - דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן. ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, פלעגן זיי אריינגיין אין שטוב פון בעל שם טוב און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי זייענדיג נאך א קליין אינגל פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, זכותם יגן עלינו.


אמאל האט דער רבי געהערט די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן.


דער בעל שם טוב איז אויסגעוואקסן איינער אליין אין א גרויסע וועלט, אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "געדענק דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", מיט די ווערטער האט ער געלעבט און דאס אויסגעפירט למעשה, וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן.


ביז איינמאל שפאצירט ער אין וואלד בשעת ער זינגט זיך צום אייבערשטן, אינמיטן זעט ער ווי עס קומט צו גיין א מענטש און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליין אין וואלד?" רופט ער זיך אן צו אים: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער האט איבערגעלאזט די וועלט", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ", (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).


דער מענטש האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן נַאר האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", פלוצלונג זעט דער בעל שם טוב ווי ער איז נישט דא, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם סמ"ך מ"ם; פון דעמאלט איז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געווארן נאך שטערקער אין די אמונה, ער האט געזען ווי דער סמ"ך מ"ם וויל אים איינרעדן קעגן די אמונה האט ער זיך נאך אסאך מער געשטארקט.


די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: 'געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?' דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


דערצייל זיי די מעשה א גאנץ יאר, נאכאמאל און נאכאמאל, קינדער דארפן נישט קיין נייע מעשיות, קינדער האבן מער ליב מעשיות וואס זיי האבן שוין געהערט. דערצייל זיי עס מיט תמימות, עס זאל אריינגיין אין זייער הארץ, ווייז זיי ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אויף אן אופן פון קענען נאכמאכן, עס זאל ווערן איינגעקריצט אין זייער הארץ די אמונה אינעם אייבערשטן.


איך האב דיך ליב, איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען איך מוז ענדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - די קינדער שלינגען אלע מעשיות וואס דו דערציילסט
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך האב געלערנט מיט מיין זון ... הצדיק נרו יאיר – די חומש מיט די רש"י'ס, אויך די משניות, און ער האט זייער גוט געקענט. איך בין זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין מיינע קינדער.


אויך האט ער דערציילט די מעשה פון ניקנור, די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט. די קינדער שלינגען אלע מעשיות וואס דו דערציילסט, עס גייט אריין אין זייערע ריינע הערצער און עס שלאגט ווארצלען, זיי וועלן וואקסן גרויסע ערליכע אידן.


יישר כח.

#21 - די קינדער קומען אהיים פון חדר דורכגעווייקט מיט יראה ואהבה
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב נישט גענוג ווערטער דיר צו דאנקען פארן זיך אזוי איבערגעבן פאר אונזערע קינדער, און באזונדער פאר מיין זון ... נרו יאיר, פארן אריינלייגן אזויפיל יראת שמים, אזויפיל מידות טובות, אזויפיל קדושה ואמונה; די קינדער קומען אהיים מלא וגדוש, דורכגעווייקט מיט יראה ואהבה, אלע עלטערן זאגן פה אחד אז די קינדער באקומען אין די יאר וואס זיי לערנען ביי דיר, אזויפיל אהבת השם ויראת השם יתברך.


איך בין דיר דאנקבאר און איך בעט פאר דיין הצלחה, און בזכות וואס דו טוסט מיט אונזערע קינדער – זאלסטו זען נחת דקדושה ביי דיינע קינדער.


פיל מיט ליבשאפט.

#20 - א צייטליכער מלמד איז אין קלאס צען מינוט פריער
היטן די צייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


אדער נעמסטו אן דיין ארבעט ערנסט; ערנסט מיינט זיין צייטליך - קענסטו בלייבן א מלמד ביי מיר אין מוסד, אז נישט - זאלסטו זיך היינט אפזאגן.


נישטא קיין מחילה, נישטא קיין תשובה - פארן קומען טאג איין טאג אויס שפעט; דער גאנצער טאג איז מיטן פיטום אראפ, דער גאנצער טאג איז יענע טאג ווען מען הויבט אן שפעט.


שרייב מיר וואס דיין פלאן איז, אויב דו ווילסט ממשיך זיין מיט די ארבעט און זיין צייטליך, צייטליך מיינט צען מינוט איידער מען דארף אנהויבן מיט די מלמדות; איך קען דאס נישט טון צו די קינדער.

#19 - פארוואס רעדסטו לשון הרע אויף דיך אליין?
התחזקות, לשון הרע, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארוואס רעדסטו לשון הרע אויף אזא טייערער איד, דו שרייבסט מיר אזוי סאך שלעכטס אויף דיר אליינס; איך האב מברר געווען ביי דיינע נאנטע, זיי זאגן מיר אז דו ביסט א טייערער אינגערמאן און דו ביסט פול מיט גוטס, נאר איין חסרון האסטו, איין שלעכטע זאך - אז דו בארעדסט זיך, דו האלסט נישט פון דיר.


גיי צוריק אין חדר, גיי צו די קינדער, לייג אריין אין זיי אמונה ויראת שמים און קלאפ זיך נישט אראפ; הלואי זאלסטו בלייבן דיין גאנץ לעבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן מיט לערנען מיט די קינדער די הייליגע אמונה, יראת שמים און מידות טובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - אויסלערנען די קינדער צו זיין פון די פארשעמטע, נישט די וואס פארשעמען
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב, בזיונות, הדרכות, חומש רש"י, ליצנות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט אין שול און אין תלמוד תורה, ווארט מיט סבלנות, עס וועט מיט דער צייט גרינגער ווערן.


לייג אריין אין די קינדער אמונה מיט יראת שמים, אויך זאלסטו זיך פארלייגן אויף די לימוד חומש מיט רש"י, לייג מער א דגוש אויף די לימוד חומש מיט רש"י - ווי אויף אנדערע לימודים, ווייל חומש רש"י - דאס איז יראת שמים, דאס ברענגט אריין אין די קינדער קדושה וטהרה.


בנוגע וכו'; די געב זיך בעיקר אפ מיט די קינדער, זארג נישט פאר די בחורים, עס איז צוויי וועלטן; דו געב דיין גאנצע הארץ, מח און כח - פאר די קינדער.


מאך נישט קיין נייע זאכן מיט לערנען חומש כסדרן; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט ביים עפענען די חדר איך זאל נישט מאכן אנדערש פון די פריערדיגע צדיקים. ווייל איינער פון די אינגעלייט וואס האבן מיר געהאלפן עפענען די חדר האט זייער שטארק געוואלט מיר זאלן גיין מיט די פראגראם פון 'בן חמש למקרא', לערנען מיט די קינדער חומש כסדרן, מוהרא"ש האט מיר זייער געווארענט נישט משנה זיין קיין זוז כל שהוא פון די מסורה ווי די הייליגע צדיקים האבן געמאכט, נאר לערנען יעדע וואך פון די פרשת השבוע און ביי כיתה ג' אנהויבן לערנען משניות, אין כיתה ה' אנהויבן לערנען גמרא, און אזוי ווייטער.


בנוגע וכו'; מאך זיך נישט צוטון פון די חילול השם וואס איז געווען ביי ענק אין שטאט מיטן חוזק מאכן ברבים פון הייליגן רבי'ן און פון ברסלב'ער חסידים, עס וועט נישט העלפן דאס גיין רעדן צום וכו', מיר דארפן רעדן צום אייבערשטן, מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן היתכן דער רבי איז אזוי פארשעמט, היתכן ברסלב'ער חסידים וואס זענען די צדיקי הדור, די וואס זענען מקבל אנפי שכינתא - פון זיי לאכט מען און מען שפעט.


עס איז טאקע זייער שווער וואס מיר גייען אריבער, די בזיונות וכו'; אבער פון די אנדערע זייט דארפן מיר וויסן אז דאס איז מתנות פון רבי'ן. דער רבי  - אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל - האט געזאגט: "איך האב ענק געברענגט א מתנה 'מחלוקת', פון יעצט וועט מען קריגן אויף מיר", און אזוי איז געווען. עס האט זיך אנגעהויבן א מחלוקת אויפן רבי'ן וואס האלט נאך אן ביזן היינטיגן טאג; וועסטו פרעגן וואס איז די מתנה? וואס האט מען פון בזיונות? נאר וויסן זאלסטו, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "תַּאֲמִינוּ לִי", גלייבט מיר, "שֶׁיֵּשׁ בְּיָדִי כֹּחַ לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם עִם כָּל הָעוֹלָם", איך האב די כח צו מאכן שלום מיט די גאנצע וועלט, "שֶׁלֹּא יִהְיֶה שׁוּם חוֹלֵק עָלַי", קיינער זאל מער נישט קריגן אויף מיר, "אֲבָל מָה אֶעֱשֶׂה שֶׁיֵּשׁ מַדְרֵגוֹת וְהֵיכָלוֹת כָּאֵלּוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לָבֹא אֲלֵיהֶם רַק עַל יְדֵי מַחֲלֹקֶת", אבער וואס זאל איך טון אז עס איז דא אזעלכע הויכע מדריגות און אזעלכע היכלות וואס מען קען נישט צוקומען צו זיי נאר דורך מחלוקת, אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו עליו השלום. משה רבינו דער רבי פון כלל ישראל האט דאך געהאט אזא כח צו קענען צוזאמנעמען גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט (שמות לה, א): "וַיַּקְהֵל משֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", משה רבינו האט צוזאמגענומען אלע אידן; משה רבינו איז דאך געווען די דעת פון כלל ישראל, ער האט געהאט די כח צו קענען צוציען צו זיך גאנץ כלל ישראל, דאך שטייט (שם לג, ח): "וְהִבִּיטוּ אַחֲרֵי משֶׁה", דרשנ'ען די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (קדושין לג:) מען האט גערעדט אויף משה רבינו שלעכטס; ווי קען זיין אז אידישע קינדער זאלן רעדן אויף משה רבינו? וואס גייט דא פאר? וואס דארף אזוי זיין? זאגט דער רבי, אזוי מוז זיין, אויף א צדיק דארף מען קריגן.


זיי מחזק אנשי שלומינו זאלן קיינעם נישט וויי טון און קיינעם נישט ענטפערן, אויך די קינדער אין חדר זאלסטו אויסלערנען גוטע מידות, זיי זאלן זיין פון די פארשעמטע, נישט פון די וואס פארשעמען. מיינע קינדער פארשעמט מען נאכאלץ, די שכינים שפעטן. מיין קליינע טאכטער פון אכט יאר האט מיר געפרעגט פאריגע וואך: "טאטע, פארוואס לאכט מען נאר פון ברסלב?" זי פרעגט מיר: "ווער האט געזאגט פאר יעדן איינעם צו לאכן פון אונז? פארוואס לאכט מען נישט פון אנדערע שולעס?" וואס איז שייך צו ענטפערן פאר א קליינע מיידל? איך האב איר געזאגט: "דער רבי האט דאס געברענגט פון ארץ ישראל א מתנה פאר אונז, מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס ליבהאבער, אזוי ווי עס שטייט (שופטים ה, לא): 'וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ'" (שבת פח:).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - א מלמד זאל נישט קארגן קיין גוטע ווערטער, און רעדן אסאך אמונה
קאמפלימענטס, קדושה, אמונה, מוסר, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה, תורה ויראת שמים; אין אזא דור וואס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות – ברענגסטו אריין קדושה ואמונה.


עס איז דא צוויי וועגן צו רעדן צו די קינדער, אדער רעדן קעגן די פראבלעמען, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה – אז אלע פראבלעמען פאלן אוועק. עס זענען דא מלמדים וואס רעדן טעג און וואכן פון די פראבלעם און פון די פרצה וכו', אבער דעם רבינ'ס וועג איז רעדן אזויפיל פון אייבערשטן – ביז עס ווערט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט קארגן גוטע ווערטער; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער – דאס דארף מען זייער קארגן, און ממש בלית ברירה, נאכן גוט אדורכטראכטן – נוצט מען אמאל די ווערטער, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער – זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווער עס האט א קליינעם פארשטאנד, "יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארף מער כבוד.

#16 - א מלמד טראכט ביי זיך, ווער דארף מיך?
מלמדים, התבודדות, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער באליבטער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


האסט נישט קיין אנונג ווי חשוב א מלמד איז אין הימל, א מלמד טראכט ביי זיך 'וואס? ווער דארף מיך? ווער ווייסט ווי שווער איך ארבעט?' אבער ווען ער וואלט געוואוסט ווי אזוי מען קוקט אויף אים אין הימל – וואלט ער נישט געווען צעבראכן, נאר משונה פרייליך.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי יעדן אינדערפרי שפאצירן מיטן אייבערשטן; הויב אן מיט תודה והודאה, דאנק פאר דיין לעבן, פאר דיין משפחה, פאר דיין הייליגע ארבעט און בעט פאר דיינע קינדער און דיינע תלמידים.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#15 - געבן פאר יעדן קינד כסדר א גוט ווארט און א שמייכל
התבודדות, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און געדענק וואס איז דאס וויכטיגסטע זאך פונעם מנהל; דאס וויכטיגסטע איז - אריינבלאזן א חיות אין די מלמדים, געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים, זיי זאלן טון די ארבעט בנאמנות. אויך איז וויכטיג דו זאלסט האבן א ספעציעלער שייכות מיט יעדע איינציגסטער קינד, געבן פאר יעדן קינד כסדר א גוט ווארט, א שמייכל, און אודאי אויסלערנען דרך ארץ, און אזוי ווייטער.


בנוגע ברענגען א ספעציעלער מלמד פאר עברי, פאר די קינדער וואס האבן נישט אויפגעכאפט אזוי קלאר די עברי, דו פרעגסט ווי אזוי מיר זאלן עס אויסשטעלן; איך וויל עס זאל גיין דורך די מוסד, די מוסד וועט צאלן פארן מלמד און עס דארף גיין דורך די מנהל; פינקטליך די קינדער, און אודאי ווער דער מומחה זאל זיין וכו'.


ובנוגע ווי אזוי מען מאכט אז דער קינד זאל נישט ווערן פארשעמט; מען קען מאכן פאר א קונץ צו קענען ארויסגיין פון כיתה. נאר ווער עס איז וואויל - קען ארויסגיין פון כיתה צו דעם ספעציעלן מלמד.


בנוגע די קינדער וואס ווילן נישט עסן די עסן וואס מען געבט אין חדר, אויב מען קען צווינגען דאס קינד צו עסן; זאל דער מלמד שמועסן מיט די עלטערן, וועט דאס גיין גרינגער.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות; גיי אין א ווינקל, זוך א שטילע פלאץ און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, געב אים איבער דיין טאג, דיין משפחה, און אזוי אויך די גאנצע חדר, אלע תלמידים - וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - איך וויל די עלטערן זאלן האבן שייכות מיט די מלמדים
חינוך הילדים, חדר, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


זיי מחזק די מלמדים זאלן נישט ווערן באליידיגט ווען א טאטע רופט און זאגט הערות וכו' וכו'; דאס איז דאך וואס איך וויל, אז עלטערן זאלן זיין בקשר מיט די מלמדים, זיי זאלן אנרופן און רעדן. איך וויל די עלטערן זאלן האבן שייכות מיט די מלמדים, און אויב די עלטערן רעדן נישט אזוי ווי מען דארף, זיי מאכן אוועק, זיי זענען מזלזל - זאלן די מלמדים נישט ווערן באליידיגט.


זיי באזונדער מחזק דעם מלמד האברך ... נרו יאיר ער זאל נישט ווערן אויסער זיך ווען א טאטע טשעפעט אים און זאגט אים: "ביסט נאך יונג, דו ווייסט נישט"; ער זאל אויסהערן, אראפשלינגען און טון ווייטער זיין ארבעט בנאמנות.


דו זאלסט נישט זיין נאר דער שטרענגער אין חדר; בעט די מלמדים זיי זאלן דיר איבערגעבן שיינע זאכן אויף די קינדער, אזוי וועסטו קענען אויסרימען די קינדער, סיי אין כיתה און סיי ווען דו רעדסט ביי מיטאג פאר אלע קינדער, און נישט נאר זיין דער שטרענגער מנהל.


אויך זאלסטו מיר איבערגעבן שיינע זאכן אויף די מלמדים, איך זאל זיי קענען געבן חיזוק און נישט זיין נאר דער שטרענגער ראש ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - א נאנטע שייכות מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


דיין ארבעט איז מוטיגן די מלמדים און זען אז זיי זאלן טון די ארבעט בנאמנות; זיין צייטליך און לערנען מיט די קינדער. (איך דארף נישט קאונסלערס פאר מלמדים, איך דארף מלמדים וואס לערנען און דאווענען מיט די קינדער).


עס פעלט נישט אויס זאלסט יעדן טאג געבן א מלמדים שמועס, עס איז בעסער זאלסט געבן איינמאל א וואך א שמועס.


ענדערש זאלסטו נישט פארפעלן איין טאג רעדן צו די קינדער ביי מיטאג, זאלסט האבן א נאנטע שייכות מיט די קינדער.


אז דו קומסט נישט אן צו מאכן א גליון - וועט גארנישט פאסירן, אבער אז דו קומסט נישט אן צו רעדן מיט א קינד אדער מיט א מלמד - איז א חורבן לדורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#12 - מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון זיין א טיטשער, פון מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה און ליב האבן די תורה.


שכוח פאר אלעס וואס איר טוט פאר בית פיגא און פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר די תלמוד תורה.


כתיבה וחתימה טובה.

#11 - די מוסד ווערט גרעסער, מען דארף קענען צוקומען צו אייך מער צייט
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא


נישטא די ווערטער ארויס צו ברענגען אייערע זכותים וואס איר האט פון וואס איר געבט זיך אזוי אוועק פאר אונזערע קינדער, זיי מחנך זיין מיט אמונה, מיט קדושה וצניעות און מידות טובות.


עס איז גוט אז איר וועט נישט זיין א טיטשער קומענדיגע יאר, היות די מוסד ווערט גרעסער – דארפן די קינדער און די לערערינס א מנהלת וואס מען קען רעדן וכו'; כל זמן די מוסד איז געווען קליין האט איר געקענט זיין מנהלת אינאיינעם מיט טיטשן, אבער יעצט דארף מען קענען צוקומען צו אייך מער צייט.


איך ווארט יעדע וואך אויף צו הערן א באריכט פון סקול.


כתיבה וחתימה טובה.

#10 - פארלאנגען פון די קינדער דיסציפלין
דרך ארץ, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס איז די וועג; זייט שטארק מיט די וועג, אויסלערנען דרך ארץ פאר די מיידלעך; דא רעדט מען נישט פון קליינע קינדער, דא רעדט מען פון גרויסע קינדער, מען מוז אויסלערנען "דרך ארץ".


הלוואי וואלטן אלע טיטשערס געשטאנען אויף 'דרך ארץ', פארלאנגט פון די קינדער דיסציפלין; אז ווען א טיטשער רעדט – קען מען נישט רעדן און נישט זיך אויפשטעלן וכו' וכו'.


האט נישט מורא אז די קינדער וועלן אייך נישט ליב האבן, קינדער האבן ליב א טיטשער וואס איז שטרענג און הארציג; אז מען האט באמת ליב די קינדער – קען מען אסאך אסאך פארלאנגען.

#9 - מען נעמט דיך נישט אן אלס מלמד, ווייל דו ביסט א ברסלב'ער
חסידות ברסלב, פרנסה, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זאל דיר נישט באנק טון אז מען האט דיך אפגעזאגט פון זיין א מלמד, זיי האבן אויפגענומען א נייעם מנהל וואס האט נישט ליב ברסלב'ער חסידים. ער האט מיך אויך ארויסגעווארפן פון מיין מלמדות צוליב ברסלב, דאנק דעם אייבערשטן אז מען נעמט דיך נישט אן אלס מלמד צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און זייער געוויינט: "רבי, מיין קו - מיין פרנסה געבער - איז מיר געשטארבן"; דער איד האט פארמאגט א קו וועלכע ער פלעגט מעלקן און פארקויפן די מילך, פון דעם האט ער געהאט פרנסה. איין צופרי קומט ער אריין אין שטאל און טרעפט זיין קו טויט און ער איז זייער באזארגט וואס גייט זיין ווייטער; דער חפץ חיים האט אים געוואלט בארואיגן, אבער דער איד וויינט און שרייט אז ער גייט שוין שטארבן פאר הונגער ווייל ער האט מער נישט קיין פרנסה, זאגט אים דער חפץ חיים זכרונו לברכה: "דיין פרנסה געבער איז דער אייבערשטער, און ער וועט דיר ווייטער געבן פרנסה; חס ושלום צו טראכטן אז דיין פרנסה איז געקומען פון א קו, נאר די וועג ווי אזוי דו האסט געהאט פרנסה איז געווען דורך די קו און יעצט וועט קומען דיין פרנסה דורך אן אנדערע וועג".


האב נישט מורא, וועסט האבן פרנסה, רעד זיך נישט איין פאר איין מינוט אז דיין פרנסה קומט פון זיין א מלמד ביי זיי, בפרט יעצט ווען דער מנהל דארף אליינס רחמי שמים, פארלאז זיך אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - זיין א מלמד איז היינט די גרעסטע מצוה וואס איז דא
התחזקות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א מלמד איז פון די הייליגסטע זאכן אין די וועלט. די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן, און ווער שטייט אונטער זייער תורה? די מלמדים; קומט אויס אז די וועלט שטייט אויף מלמדים.


איך ווייס אז עס איז ביטער שווער צו זיין א מלמד, איך בין א מלמד שוין איבער צוואנציג יאר, איך בין יארן צוריק געווען א מלמד פאר קינדער פון דרייצן יאר, און די לעצטע פופצן יאר בין איך א מלמד פאר קינדער פון דרייצן ביז צוואנציג יאר, או ווי איך ווייס וואס א מלמד איז, ווי שווער עס איז, וויפיל ארבעט מען לייגט אריין טאג ביי טאג, אבער וואס זאל איך דיר זאגן, ארבעטן שווער - איז ביי יעדן איינעם, האסט נישט קיין השגה וואס טוט זיך יעצט אין די וועלט, מענטשן ארבעטן ביטער שווער, ביז מען גייט ממש אראפ פון זינען. מען ארבעט ארום דעם טאג פון צופרי ביז ביינאכט, און אזוי יעדן טאג, מען פאלט פון די כוחות און מען דעקט זיך נישט, מענטשן ווערן ממש משוגע. איך באקום יעדן טאג בריוו פון אינגעלייט ווי זיי שרייבן אז אט אט צערייסן זיך די נערווען, זיי שרייען: "ראטעוועט!" "געוואלד!"


דאס זאל זיין פאר דיר א שטיקל טרייסט אז דיין ארבעט איז כאטשיג הייליגע ארבעט, די שווערע ביטערע שעות - איז דיינע, די שווערע ביטערע מי און הארעוואניע - דאס לייגט מען אוועק פאר דיר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. זיין א מלמד, אויפבויען אידישע קינדער צו זיין ערליכע אידן - איז היינט די גרעסטע מצוה וואס איז דא; הלואי זאלן אלע אנשי שלומינו עוסק זיין אין די הייליגע זאך, לערנען מיט אידישע קינדער, האבן א חלק אין מחנך זיין קינדער לתורה וליראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - יעדער מוטשעט זיך, וואויל איז דעם וואס באשעפטיגט זיך מיט הייליגע זאכן
התחזקות, מוסדות, אינוועסטמענט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר זיין אזא גוטע רבי און פארן זיין א געטרייער באס דרייווער; וואס מען טוט פאר די מוסד איז נצחיות, בפרט אז מען ברענגט קינדער צו לערנען און מען טראגט זיי אהיים - דאס איז נישט א פראסטע ארבעט, דאס איז א הייליגע ארבעט; דארפסט זיך זייער פרייען אז דיינע יארן גייען אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן.


האסט נישט קיין אנונג וואס מענטשן מוטשען זיך. נעכטן איז צו מיר געקומען א אינגערמאן, ער האט געקויפט אן אינוועסטמענט, ער האט געבארגט אויף שווערע ציפעדיגע פראצענט; יעצט שטעלט זיך ארויס אז איינער פון די קרובים פונעם מוכר שרייט אז עס איז גארנישט יענעמ'ס, עס איז זיינ'ס; זיי קריגן זיך שוין דריי יאר אין קארט, ביז דערווייל צאלט ער ציפעדיגע ריבית, די טייטל קאמפעני זאגט 'ווארט, מען וועט זען ווער איז גערעכט'; בקיצור, דער אינגערמאן זאגט עס קאסט אים הונדערטער טויזנטער דאלער, ער קען נישט אנגיין מער. דאס איז א אינגערמאן וואס אלע טראכטן 'ער האט עס', 'ער מאכט עס', 'ער האט שווערע געלטער', און קוק ווי ער ליידט; יעצט פרעג איך דיר, אז דו ביסט א מלמד, דיין טאג גייט אריבער מיט אידישע קינדער, ארבעסט טאקע שווער אבער עס וועט בלייבן דיין ארבעט לנצח נצחים...


איך בעט דיר זייער זאלסט דערציילן יעדע פרט פארן מנהל נרו יאיר, יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין קלאס און אויפן באס; געענדיגט מיט נישט רעדן, דער מנהל דארף וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך, יעדן טאג זאלסטו אים עפעס דערציילן, ווייל נאר אז מען ארבעט אינאיינעם קען מען מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - מען קען נישט זיין קיין מלמד אויב מען איז אפילו נאר איין מינוט שפעט
מקוה, חינוך הילדים, חדר, היטן די צייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האבן די בחורים מיר דערציילט א מעשה פון דיר וואס האט מיך זייער באנומען, איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט מלמד ביי אונז.


זיי דערציילן אז א קינד האט איינגעמאכט אין כיתה און דו האסט עס באמערקט, און ווען דו האסט געזען אז ארום זיין טיש איז וכו' און באלד וועלן די קינדער דאס באמערקן און ער וועט ווערן פארשעמט, ביסטו אריבער מיט א קאווע און מיט חכמה אויסגעגאסן; האסט געגעבן א שריי: "אוי וויי, די קאווע האט זיך אויסגעגאסן", אזוי איז נישט מעגליך געווען צו כאפן אז דאס קינד האט דארט איינגעמאכט; איך האב געזאגט: "שכוח אייבערשטער אז מיר האבן מלמדים וואס האבן אזא הארץ, טראכטן ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף די קינדער ווען זיי מאכן טעותים".


אז דו שטייסט אויף שפעט און דו האסט א פראגע, אדער מקוה אדער גיין אין חדר? איז דער ענטפער: "דו דארפסט גיין אין חדר"; איי איך האב דיר נעכטן געזאגט אז מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז נאר אז מען גייט אין מקוה? זאג איך דיר יעצט: "אמת, מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז אז מען גייט נישט אין מקוה, און אויך קען מען נישט זיין קיין מלמד - נישט ביי אונז און אין קיין שום פלאץ אויף דער וועלט - אויב מען איז אפילו איין מינוט שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.