בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", ווער עס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן; אז דו האסט זוכה געווען צו אנהייבן מיט די חיזוק יומי המתורגם, דו האסט געברענגט דיין חבר ... נרו יאיר זאל יעדן טאג מתרגם זיין פאר די אידן וואס פארשטייען נישט קיין אידיש און צענדליגער טויזנטער אידן בלי גוזמא פלעגן זיך מחי' זיין דערמיט טאג טעגליך, דארפסטו זען אים צו מחזק זיין ער זאל ווייטער ממשיך זיין דאס צו טון.
מיט די היינטיגע וועלט וואס איז אזוי פארגעשריטן קען מען זיצן אין שטוב, ווינטער אין א ווארימע שטוב און זוממער און א שטוב מיט פיינע ערקאנדישן און מחזק זיין צענדליגער טויזנטער אידן מיט גרינגע ארבעט. שטעל זיך פאר ווי דער הייליגער רבי נתן האט ארומגעקלעטערט פון שטאט צו שטאט פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל האט אים די שיף געטראגן קיין מצרים, רבי נתן האט געהאט גרויס צער דערפון, ווייל אין די תורה שטייט אז מען זאל נישט אהין גיין (דברים יז-טז): "לֹא תֹסִפוּן לָשׁוּב בַּדֶּרֶךְ הַזֶּה עוֹד", (דברים כח-סח): "לֹא תֹסִיף עוֹד לִרְאֹתָהּ", (שמות יד-יג): "לֹא תֹסִפוּ לִרְאֹתָם עוֹד עַד עוֹלָם'; נאכדעם האט ער מפיץ געווען דארט א ספר פון רבי'ן; שרייבט רבי נתן מיט גרויס פרייד אז עס האט זיך אים געלוינט אהין צו גיין כדי מפיץ צו זיין.
וואס זאלן מיר שוין זאגן ווען מען קען ארויסשיקן חיזוק, שכל און עצות פון רבי'ן, חיזוק יומי פאר טויזנטער מענטשן; דארפן מיר דאס טון מיט די גרעסטע שמחה.
בעט איך דיר אחי היקר, חזק ואמץ מחדש לעסוק בהעסק הקדוש לתרגם את החיזוק היומי.
איך פאר יעצט קיין ארץ ישראל, מיר זיצן יעצט אינעם פליגער אין הימל העכער די וואלקענעס; איך וועל בעטן פאר דיר און דיין ווייב און קינדער ביי מוהרא"ש און ביי אלע קברי צדיקים.
דו האסט מיר געוואלט נעמען צום ערפארט, אבער איך פאר שטענדיג מיט דעם יונגערמאן וואס מאכט מיר די טיקעטס און שטעלט מיר אויס די נסיעה. אם ירצה ה' ביי אן אנדערע געלעגנהייט וועל איך פארן מיט דיר.
...