בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מנהגים פון ערב יום כיפור
מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א גרויסע טאג, 'שלש עשרה מידות', מען קומט שוין נענטער צום הייליגן טאג יום הכיפורים, איך וויל דיר שרייבן עטליכע מנהגים פאר דעם גרויסן טאג:


מארגן ערב יום הקדוש פארטאגס מאכט מען די מנהג פון כפרות, עס איז מיר א גרויסע שמחה אז די יאר וועלן מיר נאכאמאל קענען מקיים זיין אין שטעטל די הייליגע מנהג פון כפרות מיט שוחטים פון אנשי שלומינו.


דער מנהג איז אז ערב יום הקדוש גייען אלע אין מקוה, אויך די משפחות.


ביי חצות טוט מען זיך אן בגדי שבת, מען עסט א סעודה מיט די משפחה, ביי די סעודה דערציילט מען פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע עבירות, ער איז אונז מוחל אלע עבירות, און מען רעדט צו די קינדער פון אכטונג געבן נישט צו טשעפען אנדערע, ווייל אויף דעם העלפט נישט יום הקדוש, ביז מען בעט זיך איבער.


דער מנהג איז אז מען צינדט א 'לעבעדיגע לעכט' אין שטוב וואס ברענט א גאנצן טאג.


יום כיפור גייט מען אנגעטון ווייס; א ווייסע קיטל, א ווייסע קאפל, און אויך די פרויען גייען ווייס; א ווייסע טיכל און א ווייסע שירצל.


אז מען ווייסט אז מען האט איינעם מצער געווען - דארף מען יענעם איבערבעטן, ווייל יום הקדוש איז מכפר אויף אלצדינג, אויסער אויף בין אדם לחבירו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.