בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#95 - מצוה טאנץ איז נישט קיין שפיל
חתונה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זיכער כדאי ענק זאלן האבן ביי די חתונה מצוה טאנץ, און אפילו אז דיין כלה קומט פון א שטוב וואס מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ - זאל מען נאכאלץ מאכן מצוה טאנץ, ווייל אין דעם ליגט זייער גרויסע סודות, עס ברענגט ערליכע דורות און נאך אסאך הייליגקייטן.


מצוה טאנץ איז נישט קיין שפיל, מוהרא"ש האט מקפיד געווען מען זאל נישט אויסרופן טאנצן אבי וועם, דאס איז נאר פאר די עלטערן, זיידעס און אז עס איז דא א צדיק, אבער פעטערס און חברים, ברידער וכו' - נישט.


בנוגע סידור קידושין; זאלסט בעטן דיינע עלטערן זיי זאלן ברענגען זייער רב וועם זיי פרעגן זייערע שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - א קריגעריי ווען מען זאגט תיקון הכללי
היכל הקודש, מנהגים, גבאי, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט הער איך אז עס איז געווארן א גאנצע קריגעריי יום טוב נאך שחרית; דער האט געשריגן אז דער מנהג איז צו זאגן די תיקון הכללי נאך שחרית, אנדערע האבן גע'טענה'ט נישט פארטרייבן די געסט וכו', דו פרעגסט וואס איז ריכטיג צו טון.


ביי אונז זאגט מען יום טוב די תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, נישט נאך שחרית. נאר ראש השנה, יום כיפור און שמחת תורה זאגן מיר נאך שחרית, אבער אלע אנדערע ימים טובים זאגן מיר די תיקון הללי אזוי ווי יעדן שבת נאך אנעים זמירות.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אונזער מנין אין צפת, עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, ווייל אין דעם ליגט די הצלחה.


געב א קוק וואס מוהרא"ש האט אונז געדענקט צו שרייבן די לעצטע מינוטן איידער ער איז נסתלק געווארן, מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - א ווייסע שירצל פרייטאג צו נאכטס
שבת ליכט, מנהגים, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר אנטון א ווייסע שירצל און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות, זיי זאלן אלע האבן אמונת חכמים, זיין ערליכע אידן.


עס זענען דא וואס בלייבן מיט די ווייסע שירצל פרייטאג צו נאכטס ביז נאך די סעודה, עס איז א שיינע מנהג, און אז איר שעמט זיך מיט די מנהג – זאלט איר אבער ביים צינדן די ליכט גיין מיט די ווייסע שירצל, מוהרא"ש ברענגט די מנהג פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - ביי אונז מאכט מען נישט קיין עסק פון בת מצוה
מנהגים, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביי אונז אין אמעריקע ביי די פרומע שטיבער מאכט מען גארנישט פאר די טעכטער ווען זיי ווערן בת מצוה, מען מאכט בכלל נישט קיין עסק דערפון; די ערשטע מאל וואס איך האב געהערט פון מאכן פאר די טעכטער א בת מצוה סעודה איז פון משפחות אין ארץ ישראל, ביי אונז מאכט מען גארנישט.


אז אייער טאכטער חלומ'ט שוין אפאר יאר פון איר חגיגת בת מצוה איז שווער צו זאגן גארנישט צו מאכן ווען זי ווארט שוין יארן און קוקט ארויס אויף דעם וכו'.


דער עיקר זאלן ענק זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער.

#91 - מען קען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי א איד
סיפורי צדיקים, מנהגים, פסח, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, שבת הגדול, י"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די יאר געפאלט ערב פסח אום שבת, און אין צוואנציג יאר ארום, שנת תת"ה - וועט דאס נאכאמאל געפאלן אזוי. שבת דאווענט מען גאר פרי, מען זאל נאך קענען מאכן די סעודה פאר סוף זמן אכילת חמץ.


שבת נאכמיטאג דאווענט מען מנחה, מען זיצט אינאיינעם און מען זינגט די זמירות פון שלש סעודות, און מען זאגט דברי תורה, אזוי ווי יעדן שבת.


טאנץ א גאנץ שבת אז מיר זענען פון די אויסדערוועלטע פאלק, מיר זענען אידן, מיר טוען די ווילן פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו איז אמאל ארום געגאנגען פסח זיך נאכפרעגן פון איין איד צום צווייטן צי ער האט אפשר אביסל ביר פאר אים, אלע האבן אים געענטפערט: "חס ושלום! ביר איז חמץ", האט ער געפרעגט: "אויב איך וועל דיר באצאלן דערפאר מער, צוויי מאל דער ווערד פון א פלעשל ביר וועסטו מיר יא געבן?" האט מען אים ווידער געענטפערט: "ניין! ביר איז חמץ", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב – "איך דארף זייער וויכטיג א פלעשל ביר, איך בין אפילו גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", אבער יענער האלט זיך ביי דאס זייניגע און שרייט ווייטער אז ביר איז חמץ. איז ער צוגעגאנגען צו א גוי און אים געפרעגט צי ער האט אים צו פארקויפן זיידן, דעמאלט האט די רעגירונג נישט געלאזט האנדלען מיט זיידן, האט דער גוי געזאגט: "ניין, מען טאר נישט האנדלען מיט זיידן, מען קען באקומען פאר דעם תפיסה", ווייסטו וואס - זאגט דער הייליגער בארדיטשובער רב – "איך דארף זייער וויכטיג האבן זיידן, איך בין גרייט צו צאלן ביז טויזנט רובל", האט דער גוי געזאגט: "ווארט מיך דארט און דארט, איך וועל דיר ברענגען זיידן"; האט זיך דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו אנגערופן פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, קוק אן אידישע קינדער; דו שרייבסט אין די תורה (שמות יג, יז): 'וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ חָמֵץ וְלֹא יֵרָאֶה לְךָ שְׂאֹר בְּכָל גְּבֻלֶךָ', עס זענען נישט דא קיין פאליציי וואס קוקן דאס נאך, מיט דעם אלעם קען מען נישט טרעפן קיין ברעקל חמץ ביי קיין איין איד, (דברי הימים-א יז, כא): 'מִי כְּעַמְּךָ יִשְׂרָאֵל גּוֹי אֶחָד בָּאָרֶץ'".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#90 - אונזערע מנהגים אינעם הייליגן יום טוב פורים
מנהגים, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די הייליגע יום טוב פורים, איך וויל דיר שרייבן בקיצור אונזערע מנהגים ווי אזוי מיר פירן זיך.


מען קומט אין שול צו מנחה מעריב שוין אנגעטון מיט בגדי שבת.


מען געבט א מחצית השקל פאר זיך, פאר די ווייב און אויך פאר די קינדער, דריי האלבע דאלער פאר יעדן מענטש, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן פונעם יצר הרע. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה חלק ב, סימן יט): "על ידי נתינת שקלים ניצולין מיצר הרע", דורך געבן שקלים ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע.


מען פאסט אויס נאכן מגילה ליינען; און אויב מען איז הונגעריג, מען האט נישט קיין כח - קען מען אויספאסטן נאך מעריב אויף א קלייניקייט, נישט אויף קיין סעודה.


מען ליינט די מגילה ביינאכט און בייטאג, אויך פרויען זענען מחויב צו הערן מגילה ליינען, סיי ביינאכט און סיי אינדערפרי.


היינט נאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען, און אויך נישט קיין מצוה פון משלוח מנות. היינט נאכט איז בעסער צו גיין שלאפן פרי, אזוי קען מען אויפשטיין פרי לערנען און דאווענען, אויסניצן די הייליגקייט פונעם טאג.


מאך נישט קיין עסק וכו', געב נאך אין שטוב, זיי א מוותר; דורך נאכגעבן קומט מען צו זיין א מרכבה פון די שכינה, ווייל ווי נאר מען וויל גארנישט, מען דארף גארנישט, מען וויל נאר טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - רוט די שכינה ביי דעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן פורים.

#89 - מאך די סעודות שבת אינטערעסאנט פאר די קינדער
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, היכל הקודש, חלישות הדעת, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-מברכים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך איז דער מנהג צו באקן חלות מיט א שליסל, דאס ווייזט אונז אז נאר דער אייבערשטער געבט פרנסה. עס העלפט גארנישט, נאר דער אייבערשטער געבט פרנסה.


ווער לערנט אונז די ריינע אמונה? די צדיקים. דער הייליגער רבי לערנט אונז אמונה, און דערפאר דארף מען אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן, ער וויל נישט מען זאל זיין ביים רבי'ן, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן, ער האט כל מיני טריקס, בלבולים, חלישות הדעת, אבי אוועק שלעפן פון רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז ווער עס האלט זיך ביין רבי'ן - וועט ביים סוף זוכה זיין צו ווערן גאר א גרויסער צדיק, אזוי ווי מוהרנ"ת פלעגט זאגן: "אפילו א בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן וועט ער אלעס פאררעכטן".


מוהרא"ש דערציילט מען האט אים געשלאגן, מען האט אים געפייניגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען האט אים אראפגעווארפן און געלייגט א גרויסן ברעט אויף אים און געטאנצן אויף אים און אים געסטראשעט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געשריגן: "ענק קענען האקן און שלאגן, ענק קענען טון מיט מיר וואס ענק ווילן, איך לאז נישט אפ דעם רבי'ן, איך וועל פון אזא רבי קיינמאל נישט אוועק גיין".


אויך האט מען אים גענומען צו גרויסע צדיקים וואס האבן אים געזאגט ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, און מוהרא"ש האט געזאגט מיט עזות דקדושה: "אפילו דער רבי וועט מיר ברענגען מלאכים פון הימל וואס וועלן מיר זאגן אפצולאזן דעם רבי'ן - וועל איך דעם רבי'ן נישט אפלאזן, ווייל אז איך האב געטראפן א רבי וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן און צו די תורה - וועל איך אזא רבי נישט אפלאזן".


מוהרא"ש האט גענומען די שטארקקייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט געזאגט סיי פארן רב רבי אהרן און סיי פאר ר' ליפא: "אפילו דער רבי אליין זאל מיך האקן מיט א דראנג - וועל איך פון אזא רבי נישט אוועק גיין", דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן, איך זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן מיין גאנצע לעבן און נישט האבן צו טון מיט קיין לצים, נישט האבן קיין חלישות הדעת, נאר יעדע מינוט ווערן פריש מקורב".


מאך זיך א חשבון, 'וואס האב איך אין די האנט? ווער געבט מיר אין די האנט? דא האב איך א רבי וואס געבט מיר אין די האנט תורה, תפילה, התבודדות, א וועג פאר מיינע קינדער, א וועג אין שלום בית, א וועג צו קענען חתונה מאכן מיינע קינדער ריין און ערליך, מה שביד בטוח, וואס מען האט אין דער האנט איז זיכער, דא האב איך א רבי וואס וועקט מיך אויף יעדן טאג און אפאר מאל א טאג צוריק צו קומען צום אייבערשטן איז וואס זענען בכלל מיינע ספיקות?!'


שבת זאלסטו מאכן שיינע סעודות, שמועס מיט דיינע קינדער, הער זיי אויס און דערצייל זיי שיינע זאכן, מאך די סעודות אינטערעסאנט, פרעג דיינע קינדער יעדער זאל דערציילן א מעשה פון תפילה, און לויב אויס דיינע קינדער, געב זיי ליבשאפט און ווארעמקייט.


א פרייליכן שבת.



 

#88 - שבת ערב פסח
מנהגים, פסח, שלש סעודות, יוצרות, שבת הגדול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דעם רבינ'ס יום הולדת. מיר דארפן זיך באנייען, דער רבי האט געוואלט מיר זאלן נישט זיין אלט, שטענדיג זיין ניי, פריש. דער רבי האט זייער אויסגערומט דעם הייליגן צדיק רבי זושא זכותו יגן עלינו, דער רבי האט געזאגט: "דער צדיק רבי זושא איז ארום געגאנגען צוויי און צוואנציג יאר ברציפות מיטן זעלבן ברען צום אייבערשטן"; דאס איז א זייער א גרויסע מדריגה, ווייל בדרך כלל ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - הויבט מען אן מיט א ברען און נאכדעם פאלט מען, מען קילט זיך אפ; אבער דער הייליגער צדיק איז ארום געגאנגען מיטן זעלבן ברען פאר צוויי און צוואנציג יאר.


די זאכן, די מדריגות פון צדיקים - קענען מיר אויך באקומען, דאס איז די זאך ביים רבי'ן, דער רבי מיט זיינע עצות ברענגט אונז - פשוט'ע פארגרעבטע מענטשן - צו גאר שיינע זאכן.


די יאר געפאלט ערב פסח - שבת הגדול, זאגן מיר די יוצרות פון שבת הגדול שוין די וואך שבת; מען זאגט די יוצרות נאך הויכע שמונה עשרה, נאך קדיש תתקבל. אזוי אויך די דרשת שבת הגדול - זאגט מען די וואך שבת.


מוצאי שבת זאגט מען "ויהי נועם" און "ואתה קדוש" אזוי ווי אלע יארן, וויבאלד עס איז נאך דא א גאנצע וואכעדיגע וואך, ערב שבת איז דאך נישט קיין יום טוב ווייל שבת איז ערב פסח. מען מאכט קידוש לבנה, אויך עסט מען מלוה מלכה אזוי ווי א געווענליכע יאר.


קומענדיגע וואך שבת ערב פסח דאווענט מען ותיקין, ווייל מען דארף נאך קענען עסן די שבת'דיגע סעודה פאר סוף זמן אכילת חמץ. מען ציט נישט אויס דאס דאווענען, אויך ציט מען נישט אויס קריאת התורה. די הפטרה זאגט מען "וערבה".


בנוגע אויב מען צעטיילט די סעודה; עס זענען דא וואס פירן זיך אויך די יאר ווען ערב פסח געפאלט אין שבת - צו עסן שלש סעודות, זיי צעטיילן די סעודה אינדערפרי. הגם דער מחבר פסק'נט (אורח חיים סימן תמד, סעיף א) אז מען איז נישט יוצא די דריטע סעודה נאר נאך מנחה גדולה, און אין א יאר וואס ערב פסח געפאלט אום שבת קען מען שוין נישט עסן נאכמיטאג קיין חמץ, זאגט דער רמ"א מען זאל עסן פירות, דאך זענען דא שיטות וואס זאגן אז מען קען יא יוצא זיין די דריטע סעודה אינדערפרי, אזוי פסק'נט דער מגן אברהם (שם, סעיף קטן א).


מוהרא"ש האט זיך געפירט צו מאכן די דריטע סעודה מיט פירות און קוגל. מוהרא"ש שרייבט: "וְזוֹ הַשַּׁבָּת הַיְחִידָה שֶׁאֵין אוֹכְלִין סְעוּדָה שְׁלִישִׁית", דאס איז די איינציגסטע שבת וואס מען עסט נישט קיין דריטע סעודה שבת, "אֶלָּא פֵּירוֹת אוֹ פַּשְׁטִידָא מִתַּפּוּחֵי אֲדָמָה", מען עסט פרוכט און קארטאפל קוגל, "וְהוּא עַל פִּי זוֹהַר שֶׁאָמַר רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי שֶׁמִיָּמָיו לֹא בִּטֵּל סְעוּדָה שְׁלִישִׁית", דאס איז געבויט אויף די הייליגע ווערטער וואס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת אמור, צה.), אז רבי שמעון בן יוחאי האט זיין גאנצע לעבן געגעסן יעדע וואך דריי סעודת שבת, "אֶלָּא בְּעֶרֶב פֶּסַח שֶׁחָל לִהְיוֹת בְּשַׁבָּת", אויסער ווען עס איז אויסגעפאלן ערב פסח אום שבת, "שֶׁאָז לֹא נוֹטְלִים לֶחֶם מִשְׁנֶה כִּי אָסוּר לֶאֱכֹל חָמֵץ כְּבָר, שֶׁהוּא אַחַר הַזְּמַן וְאָסוּר לֶאֱכֹל מַצָה קוֹדֵם לֵיל פֶּסַח", וואס דעמאלט טאר מען נישט עסן קיין סעודה מיט לחם משנה; חמץ טאר מען נישט עסן ווייל עס איז שוין נאכן זמן, און מצה טאר מען אויך נישט עסן דעמאלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#87 - לאז נישט אפ די שיינע מנהגים פון דיינע עלטערן
שבת קודש, היכל הקודש, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט ווייטער טון דיינע גוטע מנהגים; קומען קיין ברסלב מיינט נישט צו זאגן מען זאל אויפהערן מיט די שיינע מנהגים ווי די עלטערן פירן זיך. אז ביי ענק איז דער מנהג צו זאגן פרייטאג צו נאכטס דעם שטיקל זוהר פון דאס גרויסקייט פון די שבת סעודות - זאלסטו דאס ווייטער טון, און אויך אז דיין טאטע פירט זיך צו לערנען ביי די פרייטאג צו נאכטס סעודה דעם הייליגן ספר נועם אלימלך - זאלסטו אנהאלטן די גוטע מנהג.


לאז נישט אפ די שיינע זאכן, מוהרא"ש האט דאס אויך געטון, פערציג יאר האט מוהרא"ש געלערנט יעדע וואך שבת ביי די סעודות ספר הקדוש נועם אלימלך. ווען איך בין געווען ביי מוהרא"ש שבת אין יבנאל האב איך געזען מוהרא"ש ביים עסן די פיש, ווי ער האלט אין האנט דעם הייליגן ספר און לערנט.


האלט אן דיינע גוטע מנהגים, ווארף נאר אוועק די מרה שחורה און די עצבות, נאר דאס זאלסטו אוועק ווארפן און זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - קנאבל און צוקער ביי א פדיון הבן
מנהגים, פדיון הבן

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר ענקער אייניקל, דער אייבערשטער זאל ענק געבן געזונט און נחת ביי די קינדער און די אייניקלעך בזכות וואס ענק טוען אזויפיל פאר הפצה, ענק פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן; אזויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים וואס ענק זענען מתרגם מידי שבוע בשבוע.


אויף אייער פראגע ווי אזוי צו פראווען די סעודת פדיון הבן; מאכט א שיינע סעודה אין שטוב (אדער אין בית המדרש), רופט די עלטערן, די זיידעס און באבעס, און מאכט א פיינע סעודה. מאכט אייך נישט נאריש מיט אויסגעבן געלט פאר טייערע סעודות; ממה נפשך, אויב מען האט די פאר איבריגע דאלער - זאל מען דאס ענדערש געבן פאר די פארפאלק, זיי העלפן לעבן, און געבן פאר צדקה, און אז מען האט נישט די פאר איבריגע דאלער - איז דאך זיכער נישט ווערד צו בארגן זיך צו באווייזן פאר משפחה און שכנים וכו'.


סעודת פדיון הבן איז א גרויסע זאך, עס שטייט פון צדיקים אז עס איז א תיקון הברית.


עס איז א מנהג ישראל צו טיילן קנאבל און צוקער. מוהרא"ש זאגט א טעם, צו דערמאנען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא:): "מי שאכל שום וריחו נודף, יחזור ויאכל שום אחר, ויהא ריחו נודף", ווער עס האט געגעסן קנאבל און עס גייט א גערוך פון זיין מויל, איז זיין עצה צו עסן ווייטער קנאבל? אזוי אויך זאל מען נישט זאגן 'איך בין שוין איין מאל אראפגעפאלן, וועל איך זיך נאכלאזן און טון חס ושלום עבירות', נאר גלייבן וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט צוריק פאררעכטן, נאך האט דער הייליגער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "וואלט איך חס ושלום עובר געווען די גרעסטע עבירה, וואלט דאס מיר גארנישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און געבליבן אן ערליכער איד אזוי ווי פארן טון די עבירה".


אזוי אויך טיילט מען צוקער, צו ווייזן אז מען זאל זוכן דאס זיסקייט אין לעבן, זוכן ווי גוט דער אייבערשטער איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#85 - די שמחה פון אן אפשערן, אבער נישט זיך נאריש מאכן
מנהגים, אפשערן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכן פיאות פאר א קינד איז א גרויסע שמחה, אבער דאס מיינט נישט אז מען זאל זיך נאריש מאכן. באקט א קעיק, און רופט נאר די עלטערן; אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן - זאלן בענטשן דעם קינד.


דער מנהג איז, מען שטייט אויף פרי, גלייך נאכן דאווענען מאכט מען פיאות, די עלטערן ווינטשן ברכות און מען גייט אין חדר, מען וויקלט איין דעם קינד אין א טלית ער זאל זיך היטן די אויגן, דער מלמד זאגט מיטן קינד די א-ב און ער שמירט אן די א-ב מיט האניג, און דער קינד לעקט די האניג אויף די א-ב און טיילט גוטע זאכן פאר די חברים.


די געלט וואס מען וויל אויסגעבן צו מאכן טייערע פעקלעך, טייערע סעודות - געבט מען פאר צדקה לזכות דעם קינד, מען געבט דאס פאר די חדר וואו דער קינד גייט לערנען וכדומה.


מאכט זיך נישט נאריש מיט געפעלן פאר די געשוויסטער, מאכט נישט נאך אלע אמעריקאנע מנהגים. אפשערן איז א טאג פון תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען איז זוכה צו מאכן הייליגע פיאות פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - אלע שיינע מנהגים זענען גוט, אבער אן קריגערייען
קינדער, שלום בית, מחלוקת, מנהגים, נאמען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א מנהג אז ווען א יולדת גייט ארויס, גייט זי די ערשטע זאך אין שול הערן ברכו, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים פון געבוירן א קינד; עס איז דא וואס פירן זיך צו ברענגען א מנין אין שטוב, מען מאכט גרינגער פאר די יולדת צו הערן ברכו.


אז אייער מאן וויל נישט ברענגען קיין מנין אין שטוב, ער שעמט זיך אז זיינע חברים זאלן זען די דירה אזוי נאכגעלאזט וכו' - זאלט איר נישט מאכן קיין קריגעריי, איר קענט ווארטן ביז איר גייט ארויס פון שטוב און גיין שבת אין שול הערן ברכו.


מען דארף געדענקען נישט צו מאכן פון עיקר טפל און פון טפל עיקר, דער עיקר איז עס זאל זיין אהבה אחוה שלום ורעות, און אויך טוט מען אלע שיינע מנהגים, אבער דער ציל איז מען זאל געדענקען נישט צו מאכן קיין קריגעריי.

#83 - איך וויל דיין קאפ און מח זאל זיין פאר די מוסדות
מנהגים, ל"ג בעומר, אפשערן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אפטרעטן פון זיין גבאי ביי אונז אין שול, בעט דעם גבאי ... נרו יאיר זאל אויפנעמען א צווייטן אנשטאט דיר, איך האב אפאר טעמים פארוואס; איינע פון די סיבות, ווייל איך וויל דיין קאפ און מח זאל זיין פאר די מוסדות, אזוי וועסטו מיר קענען העלפן מיט די חדר און בית פיגא, ווייל דאס איז מיין לעבן, און "כשם שקבלת שכר על הדרישה", אויף די יארן פון אויפבויען די שיינע ירושלימ'ער שול, "תקבל שכר על הפרשה", וועסטו באקומען שכר פארן אפטרעטן.


בנוגע וכו'; אז דיין זון ווערט דריי יאר אין חודש כסליו - זאלסטו נישט ווארטן ביז ל"ג בעומר, נאר די קינדער וואס ווערן דריי נאך פורים - מיט זיי איז די מנהג אין ארץ ישראל צו ווארטן ביז ל"ג בעומר און מאכן אין מירון פיאות, און אויך די קינדער וואס ווערן דריי יאר ביז ט"ו אב - פעדערט מען שוין און מען מאכט זיי פיאות אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, אבער אז דיין זון ווערט דריי יאר אין חודש כסליו - זאלסטו אים אפשערן בו ביום וואס ער ווערט דריי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - דאווענען צייטליך אום יום כיפור
בית המדרש, מנהגים, הדרכות, גבאי, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב באקומען זייער שיינע גריסן פון ענקער מנין יום הקדוש, ווי שיין און ווארעם מען האט געדאווענט. איין זאך וויל איך ענק פאררעכטן, קומענדיגע יארן זאלן ענק דאווענען יום הקדוש אביסל פריער, מען הויבט נישט אן דאווענען תפילת שחרית אין אזא הייליגע טאג עלף אזייגער, עס איז צו שפעט אנצוהויבן דאווענען, און אז דער בעל פסוקי דזמרה פארשלאפט - נעמט מען א צווייטן בעל תפילה.


דער מנהג איז אז דער בעל תפילה וואס דאווענט כל נדרי גייט ארום דעם בימה מיטן ספר תורה און זאגט הויך, חזן וקהל, די צוויי פסוקים: "אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה", ווי ליכטיג איז פאר די וואס האבן א צדיק און גייען אין די וועג פון א צדיק, עס איז אזוי ליכטיג פארן צדיק און אויך פאר די וואס גייען אין די וועג פון צדיק; מען ליידט נישט, מען דארף נישט וויינען, און דעם פסוק "פלגי מים ירדו עיני, על לא שמרו תורתך", און אויב חס ושלום מען היט נישט די תורה, וויפיל טייכן טרערן דארף מען פארגיסן פון צרות וואס מען מוטשעט זיך השם ישמרינו.


דער בעל תפילה זאגט הויך ביז ער קומט אן צום עמוד, עס האט נישט א געוויסע צאל וויפיל מאל מען זאגט דאס.


איך בעט דיר זייער טייערער ..., געדענק וואס איז דער עיקר הצלחה פון אונז, אנן בחבביתא תליא מילתא, אונזער זאך, אונזער הצלחה - ווענדט זיך אין די ליבשאפט צווישן אונז, מען מוז זיך ליב האבן, מען מוז זיך ליידן, נאר אזוי וועלן מיר האבן הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - מנהגים פון ערב יום כיפור
שלום בית, מחלוקת, ראש השנה, מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז מיר האבן זוכה געווען די יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר האבן זוכה געווען צו באקומען די תיקונים פון הייליגן רבי'ן וואס האט מבטיח געווען אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם מתקן זיין, און ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה דארף זיין פרייליך כל השנה.


איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאלפן ראש השנה אז אונזער קיבוץ זאל זיין אזוי שיין און אזוי גוט; נאר מיט די הילף פון יעדן איינעם האבן מיר געהאט אזא שיינע איינגענעמע יום טוב.


מאך זיך א חשבון וועם דו האסט וויי געטון, וועם דו האסט מבזה געווען, אדער מצער געווען, און אויב דו האסט איינעם געטשעפעט, וויי געטון, אדער פארשעמט - זאלסטו יענעם אנרופן איבערבעטן, ווייל אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל יום כיפור, אויסער אויף עבירות שבין אדם לחבירו (יומא פה:), און זיי זיך מקבל מער נישט וויי טון קיינעם, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קיינעם נישט זאגן קיין שלעכט ווארט.


בעיקר וואו מען דארף זיך מאכן די חשבון - איז אין שטוב; מען דארף איבערבעטן די ווייב פארן איר וויי טון, פארן איר מאכן וויינען, און איר צוזאגן אז מען גייט מער נישט וויי טון.


היינט וועט זיין די שיעור אין שטעטל, און אז דו קענסט נישט קומען - זאלסטו עס הערן אויפן טעלעפאן. עס איז זייער וויכטיג צו הערן די שיעורים, אז נישט ווערט מען אלט, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין"; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.


מארגן ערב יום הקדוש פארטאגס מאכט מען די מנהג פון כפרות, עס איז מיר א גרויסע שמחה אז די יאר האבן מיר זוכה געווען צו שוחטים אנשי שלומינו, ערליכע אידן. עס וועט זיין אין שטעטל כפרות מיט שוחטים, מען וועט קענען מקיים זיין די מנהג ישראל. די געלט פון די כפרות גייט פאר די מוסד, און די פלייש גייט אויך פאר די מוסד.


אויך איז דער מנהג אז אלע גייען אין מקוה, אויך די פרויען; צו זיין ריין און הייליג, און ביי חצות היום טוט מען זיך אן בגדי שבת, מען עסט א סעודה מיט די משפחה. מען טינקט איין די חלה אין האניג, און מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע עבירות, ער איז אונז מוחל אלע עבירות, און מען רעדט צו די קינדער פון אכטנג געבן נישט צו טשעפען אנדערע, ווייל אויף דעם העלפט נישט יום הקדוש, ביז מען בעט זיך איבער.


מען פירט זיך צו צינדן א ליכט אין שטוב וואס ברענט א גאנצן טאג, א גאנצן יום כיפור.


יום כיפור גייט מען ווייס, אויך די פרויען גייען ווייס; א ווייסע טיכל און א ווייסע שירצל.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#80 - נישטא קיין גרעסערע סכנה פון האבן צוטון מיט לצים
מנהגים, יום כיפור, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ו' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הער נישט אויס קיין לצים וואס מאכן חוזק פון אנשי שלומינו און פון זיין אין אומאן אויף ראש השנה; נישטא קיין גרעסערע סכנה פון האבן צוטון מיט לצים. דער רבי האט גאר שטארק געווארנט מען זאל נישט האבן צוטון מיט ליצנות, עס איז געווען אין רבינ'ס צייט א מפורסם וואס פלעגט זאגן ווערטלעך ביי גרויסע צדיקים, אמאל איז ער געקומען צום רבי'ן, האט דער רבי געזאגט פאר אלעמען אז קיינער זאל נישט לאכן פון זיינע ווערטלעך, און ווען יענער מפורסם האט געמאכט ווערטלעך און קיינער האט נישט געלאכט האט ער זיך פארשעמט, און דער רבי האט געשמייכלט, און יענער האט געזען אז ביי אנשי שלומינו האבן ווערטלעך נישט קיין פלאץ; עד כדי כך האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל האבן מיט ליצנות.


פארגעס נישט צו גיין צו דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן, און די זיידעס און באבעס זיך ווינטשן א גוט יאר; עס איז זייער וויכטיג און עס איז א זכות פארן יום הדין.


ערב יום הקדוש אינדערפרי גייען אלע זיך טובל'ען אפילו די ווייבער.


בעזרת השם די יאר וועל איך זיין יום הקדוש אין קרית ברסלב, אויך די שיעור ליל שישי די וואך וועט זיין אין קרית ברסלב.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#79 - סדר הנסיעה אומאן ראש השנה תשפ"ה
תפילה והתבודדות, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, חסידות ברסלב, נסיעה, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, מנהגים, דן לכף זכות, פדיון נפש, מוהרנ"ת ז"ל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין נעכטן נאכט צוריק געקומען פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שיין אונזער יום טוב איז געווען; די דאווענען, די שמחה, די אחדות, די הייליגע אטמאספער, די שמחות און די בכיות; ווען די אנשי המלך טרעפן זיך אינאיינעם, דאס קען מען נישט אראפשרייבן, דאס דארף מען אליין מיטהאלטן.


עס האט מיר זייער וויי געטון אז איך האב דיך נישט געזען, איך ווייס נישט אויב דו ביסט געווען אין אומאן נאר ביסט נישט געקומען ביי אונז אין היכל הקודש, אדער בכלל נישט געקומען; איך קען נישט פארשטיין, וואס איז דא מורא צו האבן צו רעדן אין שטוב פון רבי'ן? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט פון רבי'ן'? וואס הייסט די ווייב זאגט 'רעד נישט צו די קינדער פון ברסלב'? שלום בית מיינט נישט אז וואס די ווייב זאגט –טוט מען, דאס מיינט זיין א שמאטע, דאס האט גארנישט מיט שלום בית, אז די ווייב זאגט 'רעד נישט פון ברסלב' - זאגט מען פאר די ווייב: "מיין טייערע ווייב, איך האב דיך זייער ליב, און פארוואס זאלסטו מיר זאגן איך זאל נישט רעדן פון רבי'ן? איך וויל יא רעדן פון רבי'ן און איך וויל יא זאגן פאר די קינדער אז עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן און קען יעדן איינעם מתקן זיין, א רבי וואס האט אזעלכע גוטע עצות פאר יעדע פרט אין לעבן".


עס איז דא א טעות ביי אנשי שלומינו וואס עס מיינט שלום בית, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט צו אונז פון שלום בית, פון זיך נישט טענה'ען, פון נישט וויי טון די ווייב, איז געווארן א טעות אז מען האט מורא פון די ווייב, מען לאזט זיך טרעטן, מען באהאלט זיך; נישט דאס האט מוהרא"ש געמיינט, אויסדריקליך נישט דאס, מוהרא"ש זאגט מען טאר נישט וויי טון די ווייב, דאס מיינט אז מען טאר נישט רעדן צו איר נישט שיין, מען טאר נישט גיין פארברענגען מיט חברים און איר לאזן אליין אין שטוב, מען טאר נישט טשעפען, אבער אז זי וויל נישט איר מאן זאל גיין דאווענען אין ברסלב ווייל זי האט געהערט לשון הרע אויפן הייליגן רבי'ן, און זי וויל נישט מען זאל הערן שיעורים וואס געבן לעבן און ברענגען נענטער צום אייבערשטן - דארף מען נישט טון וואס זי זאגט, מען דארף רעדן און רעדן מיט איר שיינערהייט, ווארעם און הארציג: "מיין טייערע ווייב איך האב דיך ליב, און איך גיי צום רבי'ן ווייל דער רבי געבט מיר לעבן, און איך וויל דו זאלסט מסכים זיין צו שיקן די קינדער אין חדר און אין בית פיגא וואס גרייט אן וואס לעבן איז, א פלאץ וואס מען לייגט נישט אריין די קינדער אין א פאלשע לעבן פון געפעלן פאר אנדערע, מען לערנט מיט די קינדער די אמונה, אזוי הייליג און אזוי געזונט".


איך וויל דיר שרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל פון אונזער נסיעה צום הייליגן רבי'ן.


די יאר בין איך געפארן פון פאר שבת, ווייל עס איז מיר זייער שווער אנצוקומען אין אומאן אן איבערנעכטיגן איין נאכט פאר ליל זכור ברית, ווייל פון ליל זכור ברית הויבט זיך אן ביי מיר א שווערע עבודה פון אויפנעמען מענטשן און דאווענען, תקיעות און געבן דרשות וכו' וכו', און היות די נסיעה איז גאר לאנג, מען דארף פארן צו אן אנדערע מדינה און נאכדעם זיך שלעפן צענדליגער שעות - בין איך געפארן פריער.


איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג פרשת נצבים וילך פארנאכטס, איך מיט מיינע קינדער נחמן נתן, יצחק דוד, הערשל און יוסף, מיט נאך אפאר אינגעלייט וואס גרייטן אן די סעודות מיט די בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן; העניך אינדיג, יחזקאל סאמעט, שלמה יאקאבאוויטש, מושי איינהארן, לייבי אפפעל, אברהם אליהו פרידריך מיט נאך צוויי דריי בחורים.


די וועג איז געווען מיט גרויסע חסדים, און מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי אין ווארשע, מיר האבן געדאווענט שחרית אין עירפארט, און פון דארט זענען מיר געפארן אפאר שעה מיט א באס קיין ליזענסק, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין ליזענסק.


מיר זענען געגאנגען אין מקוה און זיך געגרייט אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס האבן מיר געדאווענט מנחה און קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. איידער איך בין ארויסגעפארן בין איך זיך געגאנגען געזעגענען ביי מיין טאטן קארלסבורגער רב שליט"א, איך האב אים געפרעגט אויב מען קען דאווענען שבת ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אויב עס איז בבחינת מירון און אומאן וואס מען גייט אויך שבת צום ציון, האט ער מיר געזאגט: "אודאי", ער האט מיר דערציילט מעשה רַב, פון מיין זיידע רבי יחזקאל רוטה זכותו יגן עלינו, אז ער האט אזוי געטון; ער איז געווען שבת פרה אין ליזענסק, א וואך פאר ער איז נסתלק געווארן, און ער האט געדאווענט ביים ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו מנחה און קבלת שבת און געטאנצן דארט לכה דודי, אזוי ווי אין מירון, אויף דעם סמך האבן מיר אויך אזוי געטון; געדאווענט ביים ציון און געטאנצן לכה דודי מיט גרויס שמחה, עס איז געווען אזוי ליכטיג, מען האט געשפירט אזוי גליקליך אז אפילו מיר זענען ווי אזוי מיר זענען, ווי סאך מיר דארפן נאך פאררעכטן אונזער לעבן, אבער בכח הצדיקים וועלן מיר נישט פארפאלן גיין, איך קען דיר נישט מסביר זיין די געפילן וואס מען האט דארט געשפירט.


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען אז בזכות הצדיקים וועט עפעס בלייבן פון אונז. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקצד), עס איז געווען א צדיק וואס איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ער האט אלץ געטראכט אז ער וועט נישט האבן קיין תיקון, ער האט געטראכט אז ער איז פון די כיתה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "יורדין לגיהנם", מען וועט זיי לייגן אין גיהנום, "ונידונין בה י"ב חודש", פאר צוועלף חדשים, "לאחר י"ב חודש", און נאך צוועלף חדשים, "גופן כלה", וועט די קערפער ווערן אויס, "ונשמתן נשרפת", און מען וועט פארברענען זייער נשמה, "ורוח מפזרתן", און עס וועט קומען א ווינט און אויסשפרייטן די אש "תחת כפות רגלי צדיקים", אינטער די פיס פון די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כא): "ועסותם רשעים כי יהיו אפר תחת כפות רגליכם", די אש וועט גיין אונטער די פיס פון די צדיקים; האט דער צדיק זיך זייער מחי' געווען, אז כאטשיג וועט די אש פון זיין קערפער זיין אין גן עדן אונטער די פיס פון צדיקים, דער צדיק האט געזאגט: "נישט - וועט שוין נישט זיין פון מיר", עפעס וועט יא איבערבלייבן.


דער רבי האט דאס דערציילט פאר רבי נתן אים צו לערנען אז אפילו די גרויסע צדיקים זענען ביי זיך אויך זייער צעבראכן און זיי דארפן זיך זייער מחזק זיין, און זיך זייער שטארקן, און רבי נתן פירט אויס (שם): "וְהַנִּרְאֶה מִדְּבָרָיו", ווי עס זעט מיר אויס, "שֶׁכַּמָּה וְכַמָּה פְּעָמִים הֶחֱיָה עַצְמוֹ בָּזֶה", אז דער הייליגער רבי האט זיך אליין מחזק געווען מיט דעם, "וְנִתְרַצָּה גַּם לָזֶה", און ער איז געווען גרייט אפילו אויף דעם, "שֶׁאֲפִילּוּ אִם חַס וְשָׁלוֹם יִהְיֶה כָּךְ", אז אפילו עס וועט גארנישט בלייבן פון אים, "הוּא מְרֻצֶּה לַעֲסֹק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בַּמֶּה שֶׁיּוּכַל", איז ער ווייטער גרייט צו בלייבן דינען דעם אייבערשטן מיט וואס ער וועט נאר קענען, "לַחֲטֹף כָּל יְמֵי חַיָּיו", אריינכאפן גוטע זאכן ווי לאנג ער לעבט, "וַה' הַטּוֹב יַעֲשֶׂה עִמּוֹ מַה שֶּׁיַּעֲשֶׂה כִּרְצוֹנוֹ הַטּוֹב", און אז דער אייבערשטער וועט וועלן מאכן מיט אים וואס ער וועט וועלן - איז ער גרייט; ווייל נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו בלייבן שטארק אין עבודת השם, אויב מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


אין אנהויב ביים אנקומען צום ציון אין ליזענסק בין איך געווען פארהאקט און פארמאכט, איך האב קוים געקענט עפענען מיין מויל ארויס זאגן א ווארט, איך האב געבעטן איין זאך: "באשעפער מאך מיך פרייליך, באשעפער מאך מיך פרייליך", ביז בחמלת השם אינמיטן דאווענען איז געווארן אזוי ליכטיג, איך בין געווארן זייער פרייליך.


די סעודות האבן מיר געגעסן באזונדער, די עסן איז געווען מיט די הכשר פון כדתיא, עס איז געווען זייער שיין צוגעשטעלט, מיר האבן נישט געמאכט קיין לאנגע סעודה, מיר זענען געווען אפגעמאטערט פון די וועג.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין מקוה און געלערנט מיינע שיעורים פאר אפאר שעה, אויך די אנדערע חברים האבן געלערנט יעדער איינער די שיעורים כסדרן; חומש, משניות, גמרא, תיקנים וכו', עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער איינער פון אנשי שלומינו האט זיך א זעקל ספרים, יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות. מיר האבן געדאווענט אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען, מיר האבן געהאט אונזער ספר תורה, די ערשטע ספר תורה וואס איך האב געקויפט פאר די קהילה פאר פופצן יאר צוריק.


שבת נאכמיטאג האב איך געווארט ביז מען וועט עפענען די ציון, דער גבאי אין ליזענסק פארשפארט יעדן שבת פון פארטאגס ביז פינף אזייגער דעם בית החיים, ווייל עס קומען צו פארן טוריסטן, אידישע אפשטאמיגע צום בית החיים, און עס איז חילול שבת, דעריבער פארמאכט ער דעם בית החיים. איך האב געלערנט ביים פענסטער פון מיין שטוב און געקוקט יעדע פאר מינוט ווען דער גבאי וועט עפענען דעם בית החיים, און ווען איך האב אים געזען עפענען די בית החיים בין איך נאכאמאל אריבער צום ציון הקדוש, איך האב מתפלל געווען, געזאגט תהילים און זיך אביסל מתבודד געווען.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין די דירה, געגעסן שלש סעודות, געדאווענט מעריב און געמאכט הבדלה. מוצאי שבת זענען מיר ארויסגעפארן די לאנגע נסיעה מיט א באס פאר לאנגע לאנגע שעות, די נסיעה איז געווען א שווערע נסיעה, ביים גרעניץ האט מען אונז אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, מיר האבן זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגן זמירות.


מיר האבן זייער געוואלט אנקומען אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו נאך פארן עלות השחר זאגן סליחות, און ווען מיר האבן געזען אז מיר וועלן אנקומען נאכן עלות - האבן מיר געזאגט סליחות אויפן באס, איך האב געהאט א שטארקע התעוררות ביי סליחות, ווי מיר בעטן זיך ביים אייבערשטן זאל אונז געבן א גוט יאר און אונז נישט משפט'ן לויט אונזערע מעשים.


א האזינו


מיר זענען אנגעקומען אין מעזיבוז אביסל פארן נץ החמה, מיר האבן זיך גלייך געשטעלט דאווענען שחרית, א טייל פון אונזער חבורה זענען קודם געגאנגען אין מקוה, איך בין גלייך געגאנגען דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען האב איך מעביר סדרה געווען, נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. עס איז געווען דארט אסאך מענטשן, איינער האט דארט אנגעצינדן הויך אויף זיין טעלעפאן שיינע ווארעמע הארציגע מוזיק, די הארציגע ווארעמע ניגון וואס מען פירט די צדיקים אין 'גן עדן', עס איז דא א יש אומרים אז דער הייליגער בעל שם טוב האט געמאכט דעם ניגון, די ניגון האט מיר צעריסן דאס הארץ, איך האב זיך געקענט גוט אויסוויינען ביים צדיק, מאכן וידוי דברים, און בעטן פאר מיר און פאר אידישע קינדער.


אן א שיעור בחורים זענען צוגעקומען אין מעזיבוז זיך באדאנקען פאר די שיעורים און ספרים וואס געבט זיי חיות און לעבן, אויך איז א בחור צוגעקומען צו מיר פרעגן אן עצה וואס צו טון, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ער האט געהערט די שיעורים און זיך גענומען לערנען משניות פאר א לאנגע צייט, ער האט געשפירט אזא זיסקייט אין לעבן, און במשך די גאנצע צייט איז ער געווען ריין פון עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים געגעבן צו פארשטיין אז די זקנים אין ברסלב זאגן אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך, און זאגן משניות, זאגן גמרא - איז נאר פאר שוואכע, עס איז נאר א בדיעבד, "ביז איך האב אפגעלאזט דעם דרך הלימוד און יעצט איז מיר אלעס פארלאשן, איך פאל און פאל..." איך האב אים געזאגט: "גיי צוריק צו דיין משפיע און זאג אים 'שכוח פארן מיר אפשניידן מיין חיות, שכוח פארן מיר צונעמען מיין לעבן'".


איך בין געווארן זייער צעקאכט הערנדיג דאס, איך האב זיך פארגענומען דארט אז איך וועל מער רעדן קעגן די לצים, די זקנים. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים - וועט דיין ארבעט זיין אומזיסט, דו וועסט רעדן הונדערט דרשות פון דרך הלימוד, און עס וועט קומען איין לץ, איין פארעך און געבן איין מאך מיט די האנט א תנועה פון ביטול, און געבן א לאך, און די תלמידים וועלן אלעס אפלאזן".


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, דארט האב איך זיך אויך געקענט גוט אויסוויינען. איך האב געבעטן דארט אז איך וויל זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, נישט זען גארנישט קיין שלעכטס. איך האב געזאגט פאר רבי נתן: "דו האסט אונז אנטפלעקט די סוד אז אויב מען זעט עפעס שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אז מען זעט שלעכטס איז א סימן אז מען האט נישט געהאט קיין התבודדות, אדער ווייניג התבודדות", אויך האב איך געבעטן רבי נתן זאל זיין פאר מיר א מליץ יושר, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז ער וויל ליגן ביים טיר פון בית החיים, אז אלע נפטרים וואס מען וועט ברענגען צום בית החיים זאל מען אריבער פירן זיין קבר און ער וועט זיי דן זיין לכף זכות און זיין א מילץ יושר פאר זיי, האב איך געבעטן דארט: "זיי פאר מיר אויך א מליץ יושר, און פאר אלע אידן".


ביי רבי נתן איז גאר אנדערש, ווייל רבי נתן האט געהאט א הארץ פאר יעדן איד, ער האט געזאגט: "איך קען מלמד זכות זיין אויף יעדן איד", רבי נתן האט פארשטאנען אלעמען און געהאט א הארץ פאר אלעמען, דארט ביי זיין ציון ווען מען מאכט השתטחות קען מען זיך גוט אויסבעטן און אויסוויינען.


ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מען אונז געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, דער עולם איז שוין געווען אזוי אויסגעמאטערט, מען האט זיך אין אנהויב אנגעהויבן קריגן מיט די פאליציי אז מיר גייען נישט אראפנעמען די פעקלעך, אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז עס איז נישטא קיין ברירה און אויסגעמוטשעטערהייט האט יעדער אראפגעשלעפט די זעק און פעק און אריבער די מאשינען זיך בודק זיין און מען איז אריבער, און מיט שמחה איז מען אנגעקומען, מען האט געזינגען: "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו".


נאכן פארן לאנגע שעות האבן זיך אלע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט מיט אזא געטריישאפט; מן הבוקר עד הערב, אין א הייסע קאך, ווערנדיג אנגעגאסן און אנגעשמירט מיט די עסן, אן ווערן באצאלט, נאר מיט איין כוונה 'העלפן אנגרייטן די בנין פאר די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבי'ן, צוריק טון פאר די קהילה וואס האט געגעבן לעבן'.


ישראל פוקס האט אונז אפגעווארט מיט פיינע עסן, מיט א גוטע פרישטאג און מיט א גוטע נאכטמאל, ער האט אונז זייער געהאלפן מיט די הכשר, ער איז געווען אונזער משגיח אין קאך.


ב האזינו


מאנטאג אינדערפרי בין איך געפארן מיט העניך צום באנק ערלעדיגן פאפירן אז דער בנין אין אומאן זאל זיין לעגאל, איך האב מיט גענומען א קליינע ספר תיקונים, און במשך וואס מען האט דארט געדארפט ווארטן האב איך אריינגעכאפט אסאך בלעטער תיקונים, איך האב זיך מחי' געווען מיטן סדר דרך הלימוד. איך האב געטראכט 'וויי פאר די וואס ווייסן נישט פונעם סדר דרך הלימוד, וואס טוען זיי ווען מען דארף זיצן שעות אין אפיס און ווארטן וכו' וכו'? אזויפיל טייערע צייט ווערט פארברענט, און ווען מען ווייסט פון רבינ'ס דרך הלימוד, פון רבינ'ס וועג, לערנען אפילו אן פארשטיין, אפילו נאר זאגן די ווערטער - קען מען אזויפיל אריינכאפן, אזויפיל זיך איינקויפן גוטס בזה העולם'.


אויפן וועג צוריק פון באנק בין איך געגאנגען צום ציון, מען האט נישט אריינגעלאזט נאר ווער עס צאלט שטייער, איך האב געצאלט די פערציג דאלער און אריין צום ציון מיט אזא שמחה. אלע יארן ווען איך קום צום רבינ'ס ציון הויב איך אן גלייך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, אבער וואס געשעט, נאך צוויי דריי קאפיטלעך עפנט זיך אויף מיין הארץ און איך הויב אן רעדן, זיך מתוודה זיין און זיך גוט אויסוויינען, און נאכדעם דארף איך נאכאמאל אנהויבן זאגן די תיקון הכללי. די יאר האב איך געטראכט אז איך הויב בכלל נישט אן זאגן די תיקון הכללי, ערשט וועל איך נעמען שלום ביים רבי'ן און דערציילן אלעס וואס ליגט אויפן הארץ און זיך מתוודה זיין, און נאכדעם וועל איך זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


איך האב זיך אויסגעוויינט און אויסגעשמועסט אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איך האב געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות, און נאכדעם האב איך זוכה געווען צו קומען נאנט צום קבר און זאגן דארט די צען קאפיטלעך תהילים מיט די תפילה פון רבי נתן, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים.


איך האב אהיים שפאצירט און זיך ווייטער מתבודד געווען, עס איז דאך אזוי מחי'דיג ווען מען קען גיין א שפאציר און רעדן צום אייבערשטן, דאס איז דאך די ברכה וואס דער אייבערשטער געבט (רש"י ויקרא כו, יב): "אֶטַיֵיל עִמָּכֶם בְּגַן עֵדֶן", איך וועל שפאצירן מיט ענק אין גן עדן, דאס איז ווען מען שפאצירט און מען איז זיך מתבודד; דאס איז טעם עולם הבא, טעם גן עדן, דאס איז וואס די צדיקים זענען זוכה אין גן עדן, ונהנים מזיו השכינה.


ג האזינו


דינסטאג פארטאגס זענען שוין אנגעקומען רוב עולם, מען האט זיך אזוי געפרייט איינער צום צווייטן, די שמחות איז געווען אין לשער. איך בין צוריק געפארן נאכאמאל צום באנק ערלעדיגן אז דער בנין זאל זיין לעגאל, זיי האבן געדארפט נאך פאפירן, און ברוך ה' מען האט עס געקענט ערלעדיגן.


אויפן וועג אהיים פון באנק האב איך געבעטן דעם דרייווער ער זאל מיך אראפלייגן ביים גאס שלום עליכם, איך בין צוגעגאנגען צום ציון זיך נאכאמאל מתוודה געווען, נאכאמאל אריינגעכאפט א תיקון הכללי, מיט התבודדות, מיט דעם יום תהילים. אויך האב איך זיך פארגעקוקט צוויי בלאט גמרא, און צוריק שפאצירט צום בנין.


אויפן וועג אהיים האב איך געטראכט 'וואס טו איך אויב ווילדע הינט וועלן קומען?' איך האב זיך גלייך דערמאנט פון רבינ'ס ווערטער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך, סימן י): "כְּשֶׁתִּשָּׂא אֶצְלְךָ אֲבָנִים הַנִּמְצָאִים עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה", אז דו וועסט מיט נעמען שטיינדלעך פון פעלד, "תִּנָּצֵל מֵחַיּוֹת רָעוֹת", וועסטו ווערן געראטעוועט פון די ווילדע חיות; איך האב אויפגעהויבן אפאר קליינע שטיינדלעך, און אזוי איז טאקע געווען, עס זענען געקומען צו לויפן ווילדע הינט, האב איך געווארפן פון די שטיינער אויף זיי, זענען זיי אלע אנטלאפן; שפעטער איז געקומען א יונגער שגץ און געווארפן אין מיין ריכטונג א שטיין, ברוך השם עס איז נישט געפאלן אויף מיר.


פאר מנחה מעריב האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און אביסל געשמועסט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן ראש השנה, און ווי אזוי מען זאל אויסניצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויף געפילן וכו', נאר טון בתמימות ופשיטות.


מיר האבן געהאט א וַואך נאכט, דער מדפיס, און גבאי פון ירושלים שמעון עוזר נרו יאיר האט געהאט א קינד און ער איז געקומען צו פארן צום רבי'ן, ער האט געמאכט א שליח הגאון רבי משה בראנדסרפער שליט"א זאל מאכן דעם ברית. פאר מענטשן איז דאס א מאדנע זאך אז מען פארט אוועק פון א ברית פון א קינד, מען מאכט א שליח, אבער אז מען טראכט אריין, אלע וואס נעמען א מוהל און מאכן נישט אליין די מילה, מאכן זיי א שליח דעם מוהל, און אז מען דארף זיך אליין מל'ען, אזוי ווי עס שטייט (דברים י, טז): "וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם", איז דאך "הוא קודם".


ליל זכור ברית


ביי חצות הלילה האבן מיר געזאגט סליחות. אברהם הערש דער גבאי פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי האט פארגעזאגט סליחות, ער דאווענט זיס און ווארעם, נאך סליחות האבן מיר געמאכט פדיון נפש.


איך וויל אנדערש מאכן פון די קומענדיגע יאר שנת תשפ"ו הבא עלינו לטובה, מען זאל זאגן סליחות ערב ראש השנה פארטאגס, נישט ביי חצות, מכמה טעמים. קומענדיגע יאר ווען די עלות השחר אין אומאן וועט זיין האלב זעקס - וועלן מיר זאגן סליחות האלב פינף, און נאכדעם דאווענען שחרית ותיקין, און נאכדעם מאכן פדיון נפש.


ערב ראש השנה


נאך שחרית האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און עס איז ווייטער געווען פדיון נפש. אזוי זאגט דאך דער רבי (שיחות הר"ן, סימן ריד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון.


עס איז געווען חדר פאר אלע קינדער, די געטרייע מלמדים האבן געדאווענט און געלערנט מיט די קינדער און זיי גענומען צום ציון, איך האב גערעדט צו די קינדער אפאר ווערטער איידער זיי זענען געגאנגען צום ציון, איך האב זיי דערציילט ווען דער רבי איז געווען אין אומאן האט ער געהערט ווי מען שרייט אויפן בית החיים ביי די קברים פון די עלטערן וכו', איינמאל האט דער רבי געהערט ווי א פרוי שרייט ביי דעם קבר פון איר טאטע, זי האט געשריגן: "טאטע! טאטע!" מיט א וויינעדיגע קול, האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, ווייל איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט ווייטער געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


ראש השנה


די לעצטע תפילה פונעם פארגאנגענעם יאר, תפילת מנחה - בין איך געווען דער בעל תפילה, און צו מערב איז אברהם הערש צוגעגאנגען. ער האט זייער הארציג געדאווענט, אויך די תפילה פון 'אחות קטנה' האט ער געזאגט מיטן נוסח ווי מען פלעגט זאגן ביי מוהרא"ש, זייער א הארציגע נוסח, עס האט מיר אזוי צעריסן דאס הארץ, איך האב קוים געקענט זאגן די ווערטער פון זיך שטיקן מיט געוויין.


נאכן דאווענען האבן מיר זיך געווינטשן לשנה טובה מיט אזא ליבשאפט, מיט די גאנצע הארץ. מען האט געזען וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; דאס קען מען זען ראש השנה ביים קיבוץ, די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו, יעדער מיט אזא ליבשאפט צום צווייטן.


מען האט נישט געמאכט קיין לאנגע סעדות, מען איז געגאנגען שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין פארטאגס. ביידע טעג ראש השנה זענען מיר אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, געלאפן אין מקוה און געלערנט שיעורים כסדרן, נאכדעם האבן מיר געלערנט א בלאט גמרא אינאיינעם, און אום זעקס אזייגער זענען מיר געגאנגען צום ציון, אפאר הונדערט אידן איינאיינעם, געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען.


די תפילות זענען געווען זייער הארציג, זייער שיין. ביי תקיעת שופר האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן 'וואס וועט שוין אויסמאכן מיינע תפילות? וואס וועט שוין אויפטון מיינע ווערטער?' ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז, דארט זאל מען טראכטן 'וואס מען איך דען ווערד צו בויען אזוי שיין? מאכן אלע מאדערנע זאכן, וואס פעלט עס אויס? איך בין דאך אן איש פשוט, איך ווייס גארנישט, איך בין דען ווערד?' און אויך ווען מען קויפט א קאר און מען קען קויפן א קאר פאר דרייסיג טויזנט אדער זעכציג זיבעציג טויזנט, און דער מוכר רעדט איין מען זאל נעמען די טייערע און באצאלן צוביסליך פאר זעקס זיבן יאר, דעמאלט זאל מען טראכטן 'בין איך דען ווערד? איך בין דאך א חוטא ופושע', נישט ווען עס קומט צו דאווענען און צו בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר כלל ישראל, דארט טאר מען נישט זיין קיין עניו.


עס איז געווען א גרויסע התעוררות ביי תקיעת שופר, מען האט געשפירט ווי אלע אנשי שלומינו טוען תשובה, אלע זענען זיך מקבל צו זיין גוט. אויך האב מיר דערמאנט מען זאל ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ.


תשליך זענען מיר געגאנגען אינאיינעם א וועג פון צוואנציג מינוט, מען האט געטאנצן נאך תשליך "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", די שמחה איז געווען זייער גרויס.


מנחה האט אברהם הערש געדאווענט, און צווישן מנחה מעריב האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו): "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען", און (שם, סימן תצא): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה הוּא בְּוַדַּאי אֵין צָרִיךְ לְהִתְעַנּוֹת כְּלָל", ווער עס האט זוכה געווען צו זיין ביי מיר ראש השנה דארף נישט פאסטן מער, "מֵאַחַר שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל ער איז געווען ביי מיר ראש השנה.


מיר האבן געדערט פון טון וואס דער רבי וויל, פון זיך מתבודד זיין יעדן טאג אפילו פאר אפאר מינוט, ווייל נאר דאס קען העלפן; אנשטאט גיין צו דעם און צו יענעם - זאל מען זיך ווענדן צום אייבערשטן, זיך אויסשמועסן דאס הארץ אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי דער יצר הרע לאזט נישט אפ, און ווארפט אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, און נאר דורך התבודדות, נאר דורך שרייען צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך: "טאטע העלף מיר, טאטע ראטעווע מיר" - קען מען זיך אויפהייבן און נישט אפלאזן.


מערבית האט אברהם הערש געדאווענט.


צווייטע טאג ראש השנה


אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען פארקילט, איך האב נישט געהאט קיין קול, איך האב געזאגט פאר אברהם הערש דער גבאי אין שטעטל ער זאל זיך גרייטן צו דאווענען, אבער אנשי שלומינו האבן דאס געהערט האבן זיי געבעטן דעם אייבערשטן, און וואונדער האט פאסירט, אינמיטן פסוקי דזמרא פרעגט מיר אברהם הערש וואס איז געבליבן, זאג איך אים: "איך מיין א נס האט פאסירט, די קול איז צוריק געקומען".


די יאר האט מען צוגעלייגט אסאך זאכן אינעם בנין, מער באקוועם געמאכט. העניך נרו יאיר האט זייער שווער געארבעט אז אלעס זאל זיין גוט און באקוועם, מען האט געענדיגט די מקוה, און מען האט געענדיגט נאך א שטאק.


אויך האט מען געבויט א גרויסע שאטער וואו צו עסן, עס האט צוגעגעבן הרחבת הדעת. די גבאים פון די רענט קאמפיין האבן דאס צוגעשטעלט, זיי גייען צאמנעמען פון אנשי שלומינו די געלט פאר דעם.


מנחה האט געדאווענט הרב רבי דניאל בוים שליט"א, ער איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן די שיעור. ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן דארף מען טון וואס דער רבי לערנט אונז; צו זיין פרייליך אז מיר זענען אידן און מיט די מצוות. עס זענען געקומען מיט רבי דניאל מענטשן וואס האבן נישט פארשטאנען אידיש, האב איך אביסל גערעדט אין לשון הקודש.


שבת שובה


קבלת שבת האט געדאווענט מרדכי היימליך, ביי באו בשלום האט מען געטאנצן און געפאטשט מיט א שטארקע שמחה. די סעודות זענען געווען זייער געשמאק, די עסן האט געהאט אלע טעמים.


די יאר האט מען צעטיילט די ארבעט, מען האט אראפגענומען ארבעט פון העניך מיט יחזקאל סאמעט, זיי צוויי זענען מער ווייניגער ממונה איבער אלעם, און אונטער זיי זענען אריינגעקומען א גאנצע שטאב געטרייע אינגעלייט, אהרן שלמה שווארץ מיט יודי פריינד, מיט נאך אינגעלייט און בחורים, זיי האבן אויסגעטיילט די עסן.


לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעט די קאווע, נח הערש מיט נאך חברים האבן אפגערוימט די סעודות, יואל משה האט גערייניגט פארנט פונעם בנין, אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשוב'ע בחורים מלמדים, מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג צום בית המדרש. אברמי פיש מיט נאך אפאר געטרייע אינגעלייט און בחורים האבן גערייניגט און צוגעגרייט די בית המדרש. נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, און שלמה יאקאבאוויטש מיט אברהם אליהו פרידריך האבן געקאכט אין איין קאך די פליישיגע עסן, און מען האט געבויט די יאר נאך א קאך פאר די פארעווע עסן, דארט האבן געקאכט מושי איינהארן מיט לייבי אפפעל און נאך בחורים און חתנים. נישטא אינעם בנין קיין איין באצאלטע ארבעטער, אלעס ארבעט פארן רבי'ן מיט די גאנצע הארץ. אויך די בעל תפילה און בעל תוקע דאווענען און בלאזן נאר צו באצאלן פארן רבי'ן פארן געבן אזעלכע עצות, שכל און חיזוק פארן לעבן.


נאך די סעודה האבן מיר געזינגען זמירות שבת אינעם נייעם שאטער, לכתחילה האט געהייסן עס וועט זיין א באטע מיט א דרשה, אבער איך האב נישט געהאט קיין קול, זענען מיר געבליבן זינגען אלע זמירות ביי די סעודה.


אויך איז פארגעקומען א שלום זכור ביי האברך הלל ווייס, ער מיט זיין טאטע און שווער, אלע זענען געקומען קיין אומאן, און ער האט געשטעלט א שליח אונזער מוהל רבי אהרן פון מאנרא צו מאכן די ברית.


שבת אינדערפרי


איך האב נישט געהאט קיין כח צו גיין צום ציון, איך בין געווען שטארק פארקילט, איך האב געטרינקען טיי מיט האניג. צוביסליך האב איך געקענט רעדן מיטן קול, איך האב געקענט פארלערנען דעם בלאט גמרא. נאכן פארלערנען האבן בחורים און אינגעלייט געמאכט זייערע סיומים, מען האט אויסגעלייגט די מתנות וואס אנשי שלומינו ברענגען צום רבי'ן, אויך קינדער האבן מסיים געווען.


שחרית האט געדאווענט דער מגיד שיעור פון ירושלים משה שמואל, מוסף האט געדאווענט איינער פון די נייע גבאים פון אונזער מאנסי שול. מיר האבן אויפגענומען נייע גבאים, ווייל אלע גבאים פון מאנסי האבן זיך אוועקגעצויגן קיין שטעטל, קיין ליבערטי.


נאכן דאווענען האבן מיר פארגעלערנט סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם חכם און תם און מחזק געווען די אינגעלייט אויף שלום בית; מען זאל נישט לעבן מיט קיין חומרות, און מען זאל געבן גוטע ווערטער, און נישט מיינען אז אויב מען איז ארויס פון שטוב איז מען מער חשוב.


נאך די סעודה בין איך געגאנגען צום ציון מיט מיינע קינדער, מיר האבן געזאגט די תיקון הכללי, אויך האב איך געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, און זיך געזעגנט מיטן רבי'ן מיט גרויס בענקעניש.


אויפן וועג צום ציון און אויף צוריק איז געווען שיינע שיחות מיט אנשי שלומינו, פאריאר האט דער גבאי פון בני ברק, דער וואס שרייבט אפ די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים - אפגעשריבן אלע שיינע שמועסן פון די וועג וואס מיר שפאצירן צום און פון ציון, איך האף די יאר וועט ער דאס אויך אפשרייבן.


שלש סעודות


מנחה האט געדאווענט דער גבאי פון בני ברק יואל לעווי נרו יאיר. שלש סעודות האבן מיר גערעדט פונעם זיסן דרך הלימוד, עס זענען ארויפגעקומען קינדער און בחורים וואס האבן מסיים געווען - איינער ש"ס, א צווייטער חצי ש"ס, א דריטער משניות, און אזוי ווייטער.


מיר האבן גערעדט איבער די סכנה פון רעדן מיט פרומע לצים, די וואס זעען אויס עובד'יש, די וואס רעדן בשם זקנים, אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך. איך האב זיך געבעטן ביי אנשי שלומינו: "זייט נישט קיין אויבער חכמים, רעדט נישט מיט קיין לצים, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן וואס די זקנים זאגן, דא ביי אונזער מנין, ביי אונזער בנין, זענען געווען פאריאר אינגעלייט וואס האבן געלעבט מיט די עצות, שכל און התחזקות פון רבי'ן, און די יאר זעט מען זיי נישט צוליב וואס זיי האבן יא געדערט מיט פרומע לצים".


דיר בעט איך אויך, פריש זיך אויף און דריי זיך נאר מיט תלמידי היכל הקודש וואס האבן תמימות, נעם זיך חברים וואס האבן תמימות, וואס די שיחות פון רבי'ן איז זיי אינטערעסאנט, וואס די ווערטער פון מוהרא"ש לעבט זיי אויף, חברים וואס דערציילן מעשיות פון תפילה, חברים וואס לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא, הלכה, תהילים, דעם רבינ'ס ספרים, ועוד ועוד, חברים וואס לערנען אשר בנחל, וואס האבן חיות פון אשר בנחל, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, אבער נישט מורא האבן, און ווייטער מאכן חבורות ביי דיר אין שטוב פון אנשי שלומינו, און מאך דיין ווייב פאר א חסידות'טע, ווייל עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "איך וויל ענק זאלן מאכן ענקערע ווייבער חסידות'טעס"; ווייל אויב די ווייב ווערט צוגעצויגן צום רבינ'ס דיבורים קען מען אסאך פארדינען.


מוצאי שבת גלייך נאך הבדלה האב איך זיך געוואשן מלוה מלכה און זיך איינגעפאקט, און מיר זענען געפארן צום באן. די יאר זענען מיר געפארן מיטן באן פון אומאן גלייך קיין פוילן, קיין פשעמישל. די באן האט געהאט בעטן, מען האט זיך געקענט אראפלייגן און זיך אויסרוען. די וועג איז פאר מיר געווען די גרינגסטע וועג, גרינגער ווי פארן מיט א באס, מיט א קאר; ווייל ווי באקוועם קען זיין דאס פארן איבער צען שעה זיצנדיג? זאל זיין די קאר, די ווען - מיט באקוועמע זיצן, איז דאס גוט פאר צוויי דריי שעה, אבער אז מען פארט צען צוועלף שעה - איז די גרינגסטע אז מען קען זיך אראפלייגן.


איך האב געבעטן די צוויי אינגעלייט אלי' און משולם, וואס שטעלן צו די וועג פאר אנשי שלומינו אלע יארן צו פארן צום רבי'ן, אז אויב קומענדיגע יאר וועט נאכאלץ זיין פארמאכט קיעוו, מען וועט זיך נאך דארפן אריינשלעפן קיין אומאן פון אן אנדערע מדינה - זאלן זיי נאכאמאל מאכן די באן מיט די בעטן, ווייל איך בין שוין געפארן מיט אלע וועגן, און דאס איז די גרינגסטע און געשמאקסטע וועג; אז מען קען זיך אראפלייגן, די ביינער ווערן נישט אזוי צעבראכן.


אויפן וועג אהיים האב איך געפרעגט א אינגערמאן וואו ער גייט שלאפן און עסן ווען ער קומט אהיים, קוקט ער מיך אן מיט אפענע אויגן 'וואס איז די פראגע? אודאי אין שטוב', פרעג איך אים: "פאריאר ווען דו ביסט אהיים געקומען האט דיין ווייב דיך נישט אפגעווארט מיט א ווארעמע טעלער זופ, פארוואס גייסטו צוריק אהיים?" זאגט ער: "וואס הייסט, איך גיי אהיים צו מיין היים"; זאג איך אים: "דאס איז די סיבה פארוואס איך שטיי איין אין בנין היכל הקודש אין אומאן, ווייל דאס איז מיין היים, און אויב די עסן איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים, און אז די בעט איז נישט ווי איך וויל - איז דאס ווייטער מיין היים"; 'היכל הקודש' איז מיין היים, און איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע דורות, זאלן אויך אזוי שפירן, אז היכל הקודש איז זייער היים.


אן א שיעור מענטשן זענען געקומען זיך באדאנקען פאר די חיזוק פון די שיעורים, גליונות און ספרים. אין עירפארט האט מיר א איד א מגיד שיעור א תלמיד חכם דערציילט, אז זיין זון איז אין א חבורה אין א כולל אין סאטמער, וואס דער ראש הכולל א גרויסער תלמיד חכם - האט אים געזאגט פאר זיין חתונה אז ער מוז לערנען די קונטרסים פון דער ראש ישיבה אויף שלום בית, און נאך אפאר וואכן האט ער אים געפרעגט אויב ער האט דאס שוין געלערנט און ווען ער האט געזאגט ניין, האט דער ראש הכולל ארויסגענומען פון בוזעם טאש א קונטרס "מכבד זיין די ווייב", און אים געזאגט: "דו זאלסט דאס לערנען, וועסטו האבן אמת'ע שלום בית", דאס איז א ראש הכולל פון די גרעסטע כוללים פון סאטמער.


צום גדלי'


זונטאג צום גדלי' אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויפן באן, אום איינס אזייגער זענען מיר אנגעקומען קיין פשעמישל און פון דארט געפארן קיין ליזענסק, און אום צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען אין ליזענסק. איך בין גלייך געלאפן צום ציון, איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען.


דריי אזייגער זענען מיר געפארן צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מנחה אין עירפארט און געליינט אין די תורה ויחל.


אויפן פליגער איז צוגעקומען א מנהל פון א שיינע גרויסע חדר אין מאנסי און זאגט מיר: "ווען איך וויל וויסן ווער אויפן פליגער איז פון היכל הקודש און ווער נישט האב איך צוויי סימנים, ווען איך הער איינעם זאגן 'שכוח אייבערשטער' - איז דאס מיין סימן אז דער איז היכל הקודש, און ווען איך זע איינעם מיט א ספר אין האנט און מישט דפים - איז דאס מיין סימן אז דער איז אין היכל הקודש".


אויפן וועג אהיים אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן רבי יונה דער דיין, מיר האבן געשמועסט כמעט די גאנצע וועג, אכט ניין שעה - וויכטיגע זאכן ווי אזוי צו העלפן אנשי שלומינו.


חסדי השם מיר זענען אנגעקומען נעכטן נאכט צען אזייגער געזונטערהייט מיט די קינדער און מיט די פעקלעך און מיט אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן.


די יאר וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין יום הקדוש און סוכות אין שטעטל. זונטאג חול המועד וועלן מיר מאכן א סעודה לכבוד דעם רבינ'ס הילולא אינאיינעם מיט א הכנסת ספר תורה, און אסרו חג סוכות, מוצאי שבת - פאר איך צוריק קיין וויליאמסבורג אנהויבן א פרישע זמן מיט די ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, ווייטער טון די צוואה פון רבי'ן: "איר זאלט אנטרינקען ביימער".


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#78 - די לעצטע שבת פון שנת תשפ"ד
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת קודש, מנהגים, הדרכות, כעס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נצבים וילך, כ"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די שבת איז די לעצטע שבת פון תשפ"ד, די שבת קען מען אלעס פאררעכטן; אז מען וועט זיין פרייליך שבת, זיך נישט אויפרעגן, מען וועט טאנצן און זינגען שבת! שבת! שבת! - וועט מען אלעס פאררעכטן.


נאר מיט תפילה איז מען זוכה צו זיין פרייליך, נאר אז מען בעט: "באשעפער איך וויל זיין נאר פרייליך, באשעפער היט מיך פון כעס, היט מיך פון מחלוקת, היט מיך פון שרייען און שלאגן", נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו זיין פרייליך און רואיג.


קינדער - ווען זיי טאנצן, שפרינגען און ווילדעווען - קען מען ווערן זייער אנגעצויגן, אבער מיט תפילה קען מען זייער הנאה האבן פון דעם. פרוביר אויס צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די פרט: "רבונו של עולם היט מיך פון כעס, העלף מיר איך זאל נישט ווערן נערוועז פון די לעבעדיגקייט פון מיינע ליכטיגע קינדער", דעמאלט האט מען הנאה פון די קינדער ווען זיי טאנצן און שפרינגען.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, מען קומט מיט בגדי שבת. דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות, מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. פלעכט אריין אייגענע תפילות ובקשות אין דיין שפראך, אויף אידיש, ביי די סליחות. גיס זיך אויס דאס הארץ, שעם זיך נישט צו בעטן נאכאמאל מחילה, דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, ער איז דיין טאטע, מיין טאטע, יעדנ'ס טאטע; בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר אנשרייבן א גוט יאר.


ביי אלע תפילות; אנגעהויבן פון סליחות, ראש השנה, עשרת ימי תשובה, יום הקדוש, און אזוי ווייטער - זאלסטו זאגן די ווערטער: "אייבערשטער אידישע קינדער זענען זייער גוט, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, קיינער וויל נישט זיין שלעכט, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אפילו ווען מען פאלט אין עבירות איז דאס נישט פון שלעכטיקייט, עס איז פון די שווערע נסיונות", די ווערטער וועלן איבערדרייען אלע וועלטן, עס וועט פארשטאפן אלע מקטריגים.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#77 - רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, שבת קודש, ראש השנה, מנהגים, כעס, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שיינע שבת'דיגע סעודות מיט דיין משפחה; די איין מאל א וואך וואס דער טאטע זיצט מיט די קינדער, דארף מען אויסניצן די צייט פאר חינוך הבנים והבנות, רעדן מיט זיי, שמועסן מיט זיי, אריינלייגן אין זיי מידות טובות ויראת שמים.


געב זיך אכטונג פון וואס דער הייליגער רבי רעדט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א), פון קנאת המלאכים; ביי די שבת'דיגע סעודות איז דא א שטארקע קנאה פון די מלאכים, זיי זענען זייער מקנא אונזערע שיינע סעודות, פרובירן זיי אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין כעס און אין מחלוקות, און פון דעם ווערט קריגערייען ביי די שבת'דיגע סעודות, פון די קנאה פון די מלאכים וואס פארגינען נישט דעם מענטש זיין דביקות צום אייבערשטן.


ליבער ברודער געב זיך זייער אכטונג נישט צו ווערן בכעס, פארמאך זיך דיינע אויגן מיט ביטול צום אייבערשטן, זינג די זמירות מיט א בענקעניש צום אייבערשטן, פארגעס פון אלצדינג, פארגעס פון אלעס ארום דיר, וועסטו זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט זיין ביי דיין שבת טיש.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושת הברית, עס ליגט א חוב אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער זיי זאלן חס ושלום נישט אריינפאלן אין די הענט פון מניוולים, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך; עס איז נישט שייך נאכצוגיין די קינדער פיר און צוואנציג שעה, וואס יא? מען דארף רעדן מיט זיי, זיי זאגן זיי זאלן וויסן פון קדושת הברית, נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און נישט קוקן אויפן אות ברית קודש, און אויב חס ושלום א פרעמדער וויל אנרירן אדער הייסט אים אנרירן ביי אים - זאל ער אנטלויפן און נישט מורא האבן צו דערציילן, וועט אים גוט זיין. עס איז שווער צו רעדן פון די זאך, אבער אז מען רעדט נישט און די קינדער פאלן א קרבן פאר א מניוול - ווילסטו נישט טראכטן ווי שווער עס וועט זיין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון די הנהגות ביי אנשי שלומינו:


ערב ראש השנה פירט מען זיך צו געבן פדיון נפש, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ריד), "ערב ראש השנה איז גוט צו מאכן פדיון נפש", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים", עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום", אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט געזאגט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א גוט שבת, א גוט געבענטשט יאר.

#76 - אז מאן און ווייב האבן זיך ליב, עפנט זיך די הימל
שמחה, שלום בית, שבת קודש, מנהגים, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן די יאר נאך צוויי שבתים, די וואך און נאך איין שבת. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:): "אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלים", וואלט מען געהיטן צוויי שבתים וואלט מען גלייך געווארן אויסגעלייזט; לאמיר דעם שבת און די קומענדיגע וואך שבת - זיין זייער פרייליך, וועלן מיר ווערן אויסגעלייזט, יעדער איינער פון זיין ביטערע גלות.


פארלייג זיך זייער צו זיין משונה פרייליך דעם שבת, לאז נישט דעם סמ"ך מ"ם זיצן ביי דיר אין שטוב, לאז נישט די קליפות איבערנעמען די שטוב. דער חיד"א שרייבט אין ספר עבודת הקודש (מורה באצבע סימן ד, אות קמ), אז ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און מאכט עס זאל אויסברעכן א מחלוקת צווישן מאן און ווייב, ווייל ער האט זייער מורא ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש, ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי און ער ווערט ארויסגעטריבן פון אזא סארט שטוב.


אז מאן און ווייב האבן זיך ליב - עפנט זיך די הימל און עס קומט ליבשאפט אויפן מענטש פונעם אייבערשטן, און אז מען ווייסט און מען גלייבט אז די ווייב איז אויך אלוקית - עפנט זיך אויף די הימל און די גאנצע שטוב ווערט א מרכבה פאר די שכינה.


מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, דער אייבערשטער זאל אננעמען אונזערע תפילות און אונזערע בקשות - מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א גוט שבת.

#75 - טשעפע נישט דיין ווייב'ס צניעות
צניעות, שלום בית, ראש השנה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב'ס צניעות, מאך נישט חוזק פון איר איידעלע וועג, רייס נישט ארונטער אירע גוטע מנהגים, ווייל עס איז נישטא שענערס, עס איז נישטא בעסערס - פון אן איידעלע ערליכע פרוי, א געטרייע מאמע פאר די קינדער.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט חתונה געהאט, און דאנק דעם אייבערשטן פאר די איידלקייט און באשיידנקייט; דאס איז די שענסטע מתנה פונעם אייבערשטן. "מִמִּשְׁבְּצוֹת זָהָב לְבוּשָׁהּ", אן איידעלע פרוי איז שענער פון די שענסטע גאלדענע קליידער (תהילים מה, יד).


דו וועסט נאך מודה זיין צו מיינע ווערטער, עס וועלן אריבערגיין די היציגע יארן, דו וועסט אזוי דאנקען דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז ערליך, זי האט א כשר'ע טעלעפאן, זי איז תמימות'דיג און ריין.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


אנשי שלומינו פירן זיך צו פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן תקפא, סעיף ב): "נוהגים להתענות בערב ראש השנה". מען גייט צום ציון און מען בעט זיך אויס א גוט יאר פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.


היינט נאכט איז דא די וועכנטליכע שיעור, עס איז וויכטיג זאלסט קומען צום שיעור און בעט דעם אייבערשטן זאלסט מקבל זיין וואס מען רעדט, זיך נישט האלטן קלוגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#74 - ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן
תפילות אויף אידיש, צרות, ראש השנה, מנהגים, שמירת עינים, וידוי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די צרות וואס דו ליידסט אין לעבן, ווער ווייסט אויב דו ביסט זיך דאס נישט אליין גורם; פון די פגמי הברית, פון מפקיר זיין די אויגן, זיך פארשמירן מיט קוקן ניאוף רחמנא לצלן; ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן און מען פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - באשאפט מען דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן דעם מענטש א גאנץ לעבן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


גיי אין פעלד שריי צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך בין אזוי ווייט פון דיר, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, איך קען זיך נישט אפרייסן פון דעם. איך בין אזוי צעבראכן, איך זע נישט קיין וועג ווי איך וועל דאס קענען אפלאזן, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, מאך א נס איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן".


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות. אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינדיגן אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דעם מח. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, דף קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית, מען איז פוגם ביסוד - גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט בפירוש אז מען דארף נישט פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו), דאס איז די עצה ארויס צו קריכן פון די בלאטע. דער רבי זאגט (שם, סימן יט) אפילו דער וואס איז אזוי אוועק געפאלן און טוט עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען אויך צוריק קומען דורך די הייליגע תורה, די תורה קען ארויסנעמען פון עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", און אויב מאכט מען זיך א קביעות צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - קען מען זוכה זיין ארויס צו גיין פון די בלאטע און ווערן א גרויסע צדיק, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


ערב ראש השנה פירן זיך אנשי שלומינו צו גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן און מען מאכט דארט וידוי דברים, מען דערציילט פארן רבי'ן אלעס וואס מען האט געזינדיגט פון ווען מען איז געבוירן, אלעס וואס מען געדענקט. מען זאגט ארויס מיט די מויל אלע עבירות, אזוי גייען ארויס די שלעכטס פון די ביינער, וואס איז געווארן איינגעקריצט ביים טון די עבירות.


דער רבי האט אמאל געהערט ווי א פרוי שרייט ביים קבר פון איר טאטע, האט דער רבי דעמאלט געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט איר געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#73 - לכבוד די נייע יאר, זיך אפשערן די האר נאך די חתונה
שערן די האר, אומאן, ראש השנה, קבלה טובה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זייער אז אלע ווייבער וואס זענען אין אונזער קהילה - זאלן זיך שערן די האר. מוהרא"ש האט געבויט די קהילה, און דאס איז געווען ביי אים פון די שטארקע יסודות, אז מען זאל זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; דארף מען אים פאלגן.


דער הייליגער זוהר שרייבט זייער שארף, אז א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס - וועט אין דעם שטוב זיין דחקות ועניות, מען וועט זיך זייער מוטשען מיט די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לכבוד דעם נייעם יאר זאל מען זיך מקבל זיין די זאך אין צניעות, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן". עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


די ערשטע געלעגנהייט וואס מען קען - גייט מען אריבער צום ציון (אז מען קען קודם גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים). מען גייט צום ציון מיט כבוד, אנגעטון מיט דרך ארץ אזוי ווי עס פאסט. מען געבט א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און נאכן זאגן די תיקון הכללי זאגן מיר די תפילה פון רבי נתן. מוהרא"ש זאגט, די תיקון הכללי איז די אפעראציע, דער רבי מאכט אן אפערעציע ארויס צו נעמען די שלעכטע בלוטן, די עבירות, און די תפילה פון רבי נתן איז דאס אפוואשן די בלוט מיט די אייטער.


ביים ציון עסט מען נישט און מען טרינקט נישט, דער ציון איז נישט קיין פלאץ פון פארברענגען וכו'; דער ציון איז קודש קדשים, מען דארף דאס היטן מיט די גרעסטע כבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#72 - דו שפירסט ווי מען דארף דיך נישט
התחזקות, עבודת השם, ראש השנה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס דו שפירסט ווי מען דארף דיך נישט, דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק, מען איז דיך מרחק פון הימל; וואס זאל איך דיר זאגן? דאס דארף אריבערגיין אויף יעדער וואס וויל זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת, וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", אזוי גייט עס ווען מען וויל ווערן אן ערליכער איד, דער מענטש שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, ער האט שטארקע ראיות אז מען דערווייטערט אים; אבער - פירט דער רבי אויס: "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך - דאן וועט ער אלעס אריבערגיין און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס איז נאר פארהאן.


מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


ראש השנה פירן זיך אנשי שלומינו נישט צו רעדן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כא): "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, צְרִיכִין לְמַעֵט בְּדִבּוּר מְאֹד מְאֹד", ראש השנה דארף מען זייער אכטונג געבן צו רעדן וואס ווייניגער, דערפאר זענען זיך תלמידי היכל הקודש מקבל א 'תענית דיבור' נישט צו רעדן קיין איין ווארט א גאנץ ראש השנה, מען ניצט דעם דיבור נאר צו רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#71 - איין תירוץ איז דא; אז דער רבי זאגט קומען, קומט מען
אומאן, ראש השנה, מנהגים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן, אין די בריוו, ביי די דאטום פון פרשת כי תבוא - שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'", ווייל מען גרייט זיך שוין צום גרויסן נסיעה צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער צעברעכט זיינע שוועריקייטן וואס ווילן אפהאלטן זיין נסיעה צום רבי'ן. אזוי ווי רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה זינגט אינעם ליד שיר ידידות: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו, מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו, שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת, כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


שפרינג אריבער אויף דיינע בלבולים, נישטא קיין תירוצים אויף דיינע קשיות. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו), וועגן קומען אויף ראש השנה: "וועט זיין נאך א קשיא", ווייל נאר אזוי קען מען קומען; מיט נאך א קשיא און מיט נאך א קשיא, און איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


מיר גייען ראש השנה אנגעטון ווייס; פאק זיך איין א ווייסע בעקיטשע אדער א ווייסע קיטל. אויך איז גוט צו קומען צום רבי'ן מיט נייע קליידער; א נייע העמד, מיט נייע אונטער וועש, און א נייע טלית קטן מיט א נייע קאפל. מוהרא"ש האט זיך אזוי געפירט, און אזוי פיר איך זיך.


איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט קומען - קומט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.