בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א מנהל דארף מוטיגן און פרייליך מאכן די מלמדים
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


האסט א גרויסע זכות מיטן צאמנעמען געלט פאר קמחא דפסחא און אויסטיילן פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך בין מקנא דיין זכות. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות בזכות די גרויסע מצוה.


איך האב באקומען זייער אסאך בריוו פון אנשי שלומינו ווי זיי באדאנקען זיך אז די קמחא דפסחא געלט האט זיי ליכטיג געמאכט אין שטוב.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי מחזק די מלמדים מיט די לערערינס; דאס איז דיין פליכט, א מנהל האט אסאך ארבעט, אבער דער עיקר ארבעט איז מוטיגן און פרייליך מאכן אלע מלמדים, אלע וואס ארבעטן פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.