בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מעביר סדרה זיין איינגעטיילט לויט די וואך
מעביר סדרה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, כ"א לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך גייט צוויי פרשיות, אחרי קדושים, זאלסטו שוין היינט אנהויבן לערנען די פרשה. זיי מעביר סדרה איינגעטיילט לויט די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין. דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח), פונעם הייליגן ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער.


זיי מעביר סדרה מיט רש"י, דאס וועט דיר ברענגען אמונה און יראת שמים. עס איז ידוע ביי סאטמער חסידים אז דער הייליגער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דער סאטמער רבי זכותם יגן עלינו, ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, אז זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


אויך זאלסטו אנהויבן מסכת שבועות, מיר האבן נעכטן אנגעהויבן לערנען מסכת שבועות, א שאד פאר די טעג און די יארן זיי זאלן אריבערגיין אן לערנען יעדן טאג גמרא, אז מען לערנט תורה ווערט מען ריין פון עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֵה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה, דאס הייסט ער נעמט זיך פאָר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער: "רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.