בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל לדוד ה' אורי וישעי (תהילים, כז) - ביי תפילת שחרית נאכן יום, און ביי תפילת מנחה נאך הויכע שמונה עשרה, פאר קדיש תתקבל.
זאג די קאפיטל מיט כוונה, און ביי די ווערטער: "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה" אויב וועלן קומען אויף מיר א באנדע רשעים, "לֹא יִירָא לִבִּי" האט מיין הארץ נישט מורא, "אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה" אויב וועלן זיי מאכן א מלחמה מיט מיר, "בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ" פארלאז איך מיך אויפן אייבערשטן; די ווערטער זאלסטו זאגן מיט גרויס כוונה. ווייל דער זוהר זאגט (תיקוני זוהר, תיקון כא), "זאת" דאס מיינט מען די שכינה; אז מען האט א שטארקע אמונה, מען איז צוגעקלעבט צו די שכינה - האט מען נישט פון קיינעם מורא. דער זוהר זאגט (שם), דוד המלך, מיט אמונה אינעם אייבערשטן - האט ער מנצח געווען אלע זיינע פיינט דאס זאגט דוד "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה" וגומר, "בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ"; און דאס זאלסטו שטענדיג בעטן, און נאר אויף דעם: "הייליגער באשעפער איך וויל געדענקען פון דיר, איך וויל נישט פארגעסן קיין איין רגע אז דו ביסט מיט מיר און אלעס ביסטו".
מיר הייבן היינט אן לערנען א פרישע מסכתא, מסכת הוריות; איך בעט זיך ביי דיר זאלסט יעדן טאג לערנען די הייליגע גמרא, א בלאט גמרא, דער בלאט וועט דיר באשיצן פון אלע דיינע פיינט און פונעם גרעסטן פיינט, דער סמ"ך מ"ם וחיילותיו - וואס ווילן אויסרייסן דעם מענטש, אים אוועק נעמען פונעם אייבערשטן; נאר דורך תורה קען מען בלייבן א איד.
ברוך ה' אונזערע אינגלעך האבן א חדר וואו מען פרעדיגט אמונה, די קינדער וואקסן געזונט, און ברוך ה' די מיידלעך ווערן נתחנך מיט א ליבשאפט צו איידלקייט. אויך די בחורים האבן מגידי שיעורים וואס האבן זיי ליב, זיי האבן ליב צו לערנען מיט זיי פון רבי'ן; נאר איין זאך וואס מיר דארפן, א נס מען זאל האבן שפע זיי צו קענען באצאלן, מיינע אויגן קוקן צום אייבערשטן, נאר ער איז מיין האפענונג, איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.