בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
יודא נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי
וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט תורה מיט אידישע קינדער, בזה העולם האבן מענטשן נישט קיין השגה אין א מלמד, אבער אויבן אין הימל איז א מלמד א חשיבות, מען קוקט גאר אנדערש אויף א מלמד; דאס קען זיין פשט וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד', אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", די שטערנס זענען באמת גאר גרויס, נאר דא זעען זיי אויס ווי קליינע ברעקלעך... פינטלעך... אזוי זענען די מצדיקי הרבים, דא זעט מען נישט זייער חשיבות, אבער אויבן זענען זיי זייער חשוב.
לייג אריין אין די קינדער זיי זאלן רעדן מיטן אייבערשטן, זיי זאלן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן, ברענג זיי צו די גרויסע הייליגע מדריגה פון זיך ווענדן אויף יעדע זאך, סיי קליינע און סיי גרויסע – צום אייבערשטן; דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען געבן פאר תלמידים, אריינשיינען אין זיי די סוד פון התבודדות ותפילה, אזוי וועלן זיי אין זייער לעבן שטענדיג וויסן וואס צו טון אין פארלוירענע מצבים וכו' וכו'.