בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
שמייכל צו יעדן איינעם, באגריס יעדן איינעם, רעד שיין צו אלעמען, און אז מענטשן זאגן דיר, מען האט טענות וכו' – זאלסטו זיי דן זיין לכף זכות; קיינער איז נישט שלעכט, מענטשן זענען איבער געשטרענגט, און אז מען האט נישט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע מידות – פארלירט מען זיך, מען האט טענות אויף יעדן.
זיי דן יעדן לכף זכות, און אז איינער זאגט דיר אריין – זאלסטו יענעם נישט דן זיין, דו מאך יעדן איינעם פרייליך, אזוי וועסטו ווערן פון די ליבהאבער פונעם אייבערשטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:) ווער עס ענטפערט נישט צוריק און ווער עס ווערט נישט פארשעמט – אויף זיי איז געזאגט געווארן וואס שטייט (שופטים ה, לא;): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.
לויט וואס מיר דארפן פאררעכטן וואלטן מיר געדארפט פאסטן אלע טעג פון אונזער לעבן. דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז), צו פאררעכטן פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דארף מען פאסטן פאר יעדע מאל כמנין פ"ד תעניתים, און לויטן רבי'ן קען מען דאס איינטוישן אויף בזיונות; "ישמע בזיונו ידום וישתוק" – איז "עיקר תשובה" (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו).