בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מער און מער פארשפרייטן די אוצרות
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אשר יענקל נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין היינט אויף א באזוך אין שטעטל אינעם "בית הדפוס", איך האב געטראכט אז היינט איז די יארצייט פון מוהרא"ש, אז איך קען נישט זיין אין יבנאל ביי די ציון פון מוהרא"ש, לאמיר זיין ביי די נשמה פון מוהרא"ש, די נשמה פון צדיק איז ביי הדפסה, דאס האט מוהרא"ש געלעבט, דאס האט מוהרא"ש געאטעמט, די גאנצע לעבן פון מוהרא"ש האט זיך געדרייט ארום הדפסה, איז פאסיג צו זיין ביים יארצייט, מחזק זיין די זאך וואס מוהרא"ש האט געוואלט.


די יארצייט סעודה מיט די מסיבה פאר הכרת הטוב פאר אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים וכו' איז געווען זייער שיין, אנשי שלומינו זענען זייער אנגעווארעמט געווארן צו העלפן דעם בית הדפוס; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אנגיין, מער און מער פארשפרייטן די אוצרות און קיינמאל נישט מיד ווערן.


דו דארפסט זיך זייער שטארקן, דו האסט א גרויסע חלק אינעם גרויסן אפעראציע פונעם בית הדפוס, איך בין זיכער אז דו וועסט זען ישועות אין דעם גרויסן טאג, אינעם יארצייט פון מוהרא"ש.