בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'קען נישט טיילן גרויס צדקה, ווען מ'איז שולדיג געלט פאר מענטשן
צדקה, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


האברך ... נרו יאיר האט מיר דערציילט אז דו ביסט אים שולדיג געלט און דו מאכסט חוזק פון אים; יעדן טאג זאגסטו אים אן אנדערע תירוץ זיך ארויסצודרייען פון אים. היתכן דו נעמסט געלט און דו טוסט חסד מיט דעם, ווען דאס איז נישט דיין געלט? די געלט קומסטו פאר מענטשן.


באמת דארף איך מיר נישט אריין מישן, ווייל וואס האט דאס מיט מיר וכו' אבער ער האט מיר געזאגט אז דו בארגסט געלט צו בויען די מוסד וכו', טענה'ט ער אז אז דאס איז זיין געלט און ער פארפירט אז איך דארף זען עס זאל נישט ווייטער אנגיין אזוי.


איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט: צדקה איז זייער א גרויסע מצוה ווען דאס איז אייגענע געלט אבער נישט ווען דאס איז יענעמס געלט; דו פארשטייסט אליינס אז אויב וועט איינער גנב'נען געלט כדי צו קענען געבן צדקה איז דאס אן עבירה.


אז מען האט חובות איז מען פטור פון מעשר און פון חומש, און הגם צדקה איז מען טאקע מחיוב צו געבן, אבער דאס קען מען מקיים זיין מיט א פרוטה יעדן טאג, אבער ווי קען מען געבן צדקה ווען מען קומט פאר מענטשן געלט?!


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל דיר נתרחב ווערן, דו זאלסט האבן שפע צו באצאלן דיינע חובות און קענען טון חסד אן א שיעור.