בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קען זיין דיין שרעק קומט פון זיך נישט וואשן די הענט ווען מען דארף. אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים סימן ד', סעיף יט), ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט, און ווען מען גייט אין בית הכסא דארף מען זיך נאכדעם אפגיסן די הענט, און ווען מען באדט זיך, און ווען מען שערט די נעגל אדער מען שערט די האר, אויך ווען מען טוט אויס די שיך, אויך ווען מען גייט צום דאקטער און מען נעמט ארויס בלוט, אדער מען גייט אין בית החיים - דארף מען זיך וואשן די הענט, און עס שטייט (שם), אז אויב מען וואשט זיך נישט די הענט, צום ביישפיל אויב מען האט זיך אפגעשוירן די נעגל און זיך נישט אפגעגאסן די הענט - באקומט מען א שרעק פאר א טאג און מען ווייסט נישט פון וואס מען שרעקט זיך, אזוי אויך אויב מען שערט זיך די האר און מען וואשט נישט די הענט - האט מען שרעק פאר דריי טעג.
זיי מקפיד אויף נטילת ידים, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א שטארקע אמונה, וועלן אלע שרעק אוועק גיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.