בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'רעדט צום אייבערשטן און ס'ווערט גרינגער
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך פריי זיך אזוי שטארק צו הערן פון דיר אז דו פירסט זיך מיט די הנהגה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן "תפלה והתבודדות"; דו ביסט זיך מתבודד יעדן טאג, דו גיסט זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך ביז עס ווערט דיר גרינגער, דו שפירסט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


קוק צו וואס דער רבי ברענגט אונז צו; מיר זענען פשוט'ע מענטשן, מיר זענען נאך זייער ווייט פון עפעס שייכות צו הייליגקייט, דאך לייגט דער רבי אריין אין אונז אזא גרויסע און הייליגע הנהגה, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיר זאלן שפאצירן מיט אים; רעדן און שמועסן מיט אים, דארפן מיר זייער פרייליך זיין.


זיי ממשיך מיט דיין גוטע פירונג; שטארק זיך, ברעך נישט אונטער; דו האלסט שוין ממש פאר דיין ישועה, דו ביסט אזוי יונג און דו ביסט שוין אזויפיל אריבער, צער און יסורים וואס עלטערע גייען נישט אריבער און דאך ביסטו פעלזן פעסט, דו שטארקסט זיך יעדן טאג פונדאסניי. בעט איך איך דיר: "ברעך נישט אונטער", נאך אביסל וועסטו האבן דיין ישועה.