בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.
איך האב גערעדט צו דיין ווייב תחי', זי איז מסכים אז דו זאלסט איבער נעכטיגן א גאנצע נאכט משמש זיין זיידי שליט"א.
ווען מען רופט דיר אן בעטן זאלסט קומען זיין א גאנצע נאכט משמש זיין זיידי שליט"א - זאלסטו דאס טון, ווייל משמש זיין אן ערליכער איד, א צדיק - איז נישט קיין פשוט'ע זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ"; עס איז חשוב'ער דאס באדינען א תלמיד חכם און צדיק - ווי דאס לערנען תורה ביי א תלמיד חכם.
עס איז באוואוסט אז דער הייליגער רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו ווערן אזוי גרויס נאר פון דעם וואס ער האט משמש געווען זיין גרויסער רבי, דער הייליגער רבי מענדל מרימנוב זכותו יגן עלינו; זעט מען צו וואס מען קען זוכה זיין ווען מען באדינט א צדיק.
ווען מען דריידט זיך נעבן אן ערליכער איד; מען זעט ווי אזוי ער עסט, ווי אזוי ער שלאפט און ווי אזוי ער גייט אן אין לעבן - לערנט מען זיך אויס ווי אזוי צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. אנשי שלומינו זאגן אז מען קען מער נתעורר ווערן ווען מען לערנט עלים לתרופה, די בריוו וואס רבי נתן האט געשריבן ווי ווען מען לערנט ליקוטי הלכות; ווייל דארט זעט מען דער לעבן, ווי רבי נתן לעבט זיין לעבן מיט א תמימות ופשיטות, מה שאין כן ווען מען לערנט ליקוטי הלכות טרעפט מען זיך אן מיט טיפע חידושים. דאס זעלבע איז ווען מען זעט אן ערליכע איד ווי ער לעבט אין שטוב מיט א דביקות צום אייבערשטן, באגלייט דאס דעם מענטש זיין גאנץ לעבן.
איך האב זייער אסאך גענומען דורכאויס די אלע יארן וואס איך האב זוכה געווען צו משמש זיין זיידי, דער קארלסבורגער רב שליט"א; איך האף אז דו וועסט האבן די זכיה וואס מער אים משמש זיין, וועסטו באקומען אסאך יראת שמים.
צו הערן איינמאל ווי אזוי זיידי, קארלסבורגער רב שליט"א ליינט קריאת שמע, מיט אזא זיסקייט, מיט אזא געשמאק - פאר דעם אליין לוינט זיך צו גיין. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הצלחה, סימן יח): "לְהַצְלָחָה תִּשְׁמַע כְּשֶׁהַצַּדִּיק אוֹמֵר יִחוּד הַשֵּׁם, הַיְנוּ שְׁמַע יִשְׂרָאֵל", ווען מען הערט ווי אזוי א צדיק ליינט קריאת שמע האט מען הצלחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.