בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#64 - זיך צוריק באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה
חנוכה, לימוד התורה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, חנוכה איז א לשון פון זיך באנייען, זיך באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה; וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך צוריק באנייען מיט לערנען די הייליגע תורה, בפרט מיט לימוד משניות, אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), נעם א משניות און הייב אן זאגן כסדרן א פרק נאך א פרק, קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער פון תורה ביז מען ווערט אויסגערייניגט און זויבער און מען הייבט אן פארשטיין; זאג א פרק נאך א פרק, פרוביר זאגן יעדן טאג ח"י פרקים, אכצן פרקים משניות; דאס וועט דיך רייניגן פון אלע שמוץ, עס וועט אויסלייטערן דיין קערפער, דיין מח און דיין נשמה.


טייערער ברודער, יעצט חנוכה ווערט אנטפלעקט די אור הגנוז, די אור פון צדיק אמת, וואס לאזט זיך אראפ צו אונז אלע וואס מיר זענען אין דיוטא התחתונה, מיר זענען אזוי נידריג, מיר זענען געפאנגען ביי די קליפות, במקום רשות הרבים, למטה מעשרה טפחים, און שיינט אריין אין אונז די אור הגנוז, מיר זאלן אויך זוכה זיין צו קענען זוכה זיין צו כל המדריגות, דורך לערנען די הייליגע תורה, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, זוהר הקדוש ותיקונים וכו' וכו', צו שפאצירן בכל התורה כולה, מען דארף נאר זוכה זיין אוועק צו ווארפן די שכל און פאלגן דעם צדיק האמת, און די אור התורה – "מחזירן למוטב", וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פאלגט בתמימות ובפשיטות, וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.

#63 - אויסגעלאשן, אויסגעטריקנט, צוליב דיין נייעם חבר
טעלעפאן, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זייט דו האסט דיין נייעם חבר ביסטו אנדערש געווארן, דיין התקרבות צום רבי'ן איז נישט ווי אמאל; איך מיין עס איז שוין צייט דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, זאלסט אוועק ווארפן דיין חבר וואס פארפירט דיך, דיין טעלעפאן. איך געדענק דיך יארן צוריק ווי פייער דו ביסט געווען פארן רבי'ן, דיין געפיל צום רבי'ן איז געווען וואונדערליך, און היינט זעסטו מיר אויס אזוי אויסגעלאשן, אויסגעטריקנט, דאס קומט צו פארדאנקען דיין נייער חבר די טעלעפאן.


די צדיקים סיי פון אונזער דור און די צדיקים פון די פריערדיגע דור האבן אלע גערעדט פון די סכנה פון האבן א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון וכדומה אן א פילטער, מען קען שרעקליך אראפפאלן רחמנא לצלן און אלעס פארלירן, אזויפיל שטיבער זענען צעפאלן פון דעם, און אזויפיל קינדער זענען אראפ פון וועג צוליב די כלים.


באמת האב איך דיר געוואלט שיקן דעם בריוו פערזענליך, איך האב אבער געטראכט אז דו וועסט ווערן באליידיגט, דעריבער האב איך דאס געמאכט פאר א כלליות'דיגע בריוו און געלייגט אינעם קונטרס, איך האף צום אייבערשטן אפשר וועסטו זיך אפשטעלן ליינען די בריוו, אדער קוקן שבת אינעם קונטרס און נעמען די בריוו - פון איין זייט פערזענליך און פון די אנדערע זייט נישט ווערן באליידיגט, ווייל עס איז דאך נישט פערזענליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - אן דעם צדיק, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן
אמונת חכמים, מעביר סדרה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז אלעס איז גוט און פיין.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט יעדן טאג לערנען אביסל חומש מיטן תרגום איינגעטיילט לויט די פרשת השבוע, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך וואס דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], דאס וועט דיר ברענגען הצלחה.


אז דו וועסט פרעגן, וואס דארף מען גיין צו א צדיק, מען קען דאך גיין גלייך צום אייבערשטן? דער ענטפער איז, אנעם צדיק פארגעסט מען פונעם אייבערשטן, דער צדיק דערמאנט און מאנט מיר זאלן גיין צום אייבערשטן, אים בעטן יעדע זאך.

#61 - האסט ליב דיינע קינדער?
חינוך הילדים, חסד, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ו' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחנך דיינע קינדער, ביסט פארנומען מיט אזויפיל עסקנות און פון דיינע אייגענע קינדער פארגעסטו. מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי אברהם אבינו, ער האט אריינגעברענגט אמונה אין די גאנצע וועלט, אבער ער האט נישט מחנך געווען זיין זון ישמעאל און ביים סוף האט ער אים געדארפט פארטרייבן פון שטוב, און אזוי איז מיט אסאך מענטשן, מען איז פארנומען אויפצוטון מיט די גאנצע וועלט, און פון די אייגענע קינדער פארגעסט מען, מען האט נישט קיין צייט פאר זיי.


אז דו קושט דיין קינד מיינט נישט אז דו האסט אים ליב, דו האסט דיך אליינס ליב, האסט א דאלי פאר דיר צו שפילן; אויב וואלסטו אים ליב געהאט - וואלסטו אים מחנך געווען, וואלסט געזארגט ער זאל לערנען, ער זאל דאווענען, ער זאל מאכן ברכות, ער זאל האבן גוטע מידות, וואלסט גערעדט מיט זיינע מלמדים ווען זיי זענען נאך יונג; דאס איז א סימן פון ליבשאפט, אז מען איז מחנך די קינדער צו לערנען און צו דאווענען.


חס ושלום אויב מען איז נישט מחנך די קינדער יונגערהייט דארף מען זיי שפעטער פארטרייבן פון שטוב, אזוי ווי אברהם אבינו האט געדארפט טון מיט ישמעאל, און אזוי האט אויך פאסירט מיט יצחק אבינו, ער האט נישט געהיטן אויף עשו, "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו" (בראשית כה, כח), ער האט אים קיינמאל נישט געזאגט וואס צו פאררעכטן, וואס נישט צו טון, איז ער ביים סוף ארויס לתרבות רעה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא טז:) ער האט עובר געווען אויף נערה המאורסה און אויף רציחה, ער האט כופר געווען בתחיית המתים און געלייקנט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, און ער האט געוואלט הרג'ענען די ברודער יעקב, ביז יעקב אבינו האט געדארפט אנטלויפן פון שטוב; אלעס האט זיך אנגעהויבן אז די עלטערן האבן נישט געזארגט פאר אים.


געב אכטונג אויף דיינע קינדער, נעם נישט אוועק זייער תמימות, לאז זיי מיט זייער אמונת חכמים, לאז זיי מיט די תמימות וואס די מלמדים רעדן צו זיי, וויי פאר די קינדער וואס די עלטערן פארדרייען דעם קאפ מיט די סם פונעם נחש הקדמוני 'עס איז נישט ממש אזוי', 'עס איז נישט אזוי ווי דער מלמד זאגט', 'ווער זאגט ער איז א צדיק?' וויי אז מען צעמישט די קינדער, נאכדעם זענען די קינדער גארנישט מקבל, זיי קענען שוין גארנישט הערן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט בין איך פארנומען אין שטוב מיט מיינע קינדער, מיין ווייב איז זיך געגאנגען אפרוען נאכן האבן די קינד, איך דארף זיין מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - אויפגעגעבן די באקוועמע טעלעפאן
סמארטפאון, אידישע שטוב, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר האט אויפגעגעבן די סמארטפאון, אזוי וועט איר קענען זיין א פרייליכערע מאמע און געבן די גאנצע הארץ, צייט און מח פאר די קינדער.


בזכות וואס איר האט געטון די שווערע זאך פון אויפגעבן א טעלעפאן וואס איז גאר באקוועם, איר האט בוחר געווען צו פאלגן די צדיקים, די רבנים וואס זאגן אונז וואס איז ריכטיג, וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן.


(ווען מיינע עלטער זיידעס זענען אהיים געקומען פון די צווייטע וועלט מלחמה, זענען א טייל פון זייערע קינדער געגאנגען צו צדיקים, זיי האבן געפאלגט די צדיקים, וואס די צדיקים האבן געזאגט האבן זיי געטון; נישט טעלעוויזשן - איז נישט, נישט ראדיו - איז נישט; די אלע האבן איבערגעלאזט ערליכע דורות, די אנדערע קינדער וואס האבן פארשטאנען אז מען דארף נישט אלעס טון וואס דער רב זאגט, מען קען בלייבן א חסיד מיט טעלעוויזשן וכו' וכו' - די אלע האבן נישט קיין דורות השם ירחם).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#59 - דאס גרויסקייט פון גיין מיט צדיקים
צדיקים, אמונת חכמים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער פון דאס גרויסקייט פון גיין מיט צדיקים. דערצייל זיי וואס דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיין אייניקל דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו ווען ער האט אים געפרעגט מיט וועם ער איז געווען ביי די מחלוקת אויף משה רבינו, ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענ'ס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת פון קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צו טון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', ווען ער איז געווען אן אפיקורס".


דערצייל פאר דיינע קינדער ווי מען דארף אכטונג געבן זיך צו האלטן ביי צדיקים, און אפילו גרויסע מענטשן מאכן טעותים מיטן רעדן אויף צדיקים. מוהרא"ש דערציילט (פעולת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.


דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקת, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקת וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


ביי דיין שבת טיש זאל מען רעדן שטענדיג פון אמונת חכמים, באק אריין אין דיינע קינדער אז מען לעבט מיט צדיקים איז גוט, און אז מען מאכט חוזק פון צדיקים - איז זייער ביטער.


א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.

#58 - רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל חתונה מאכן די קינדער יונג
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונת חכמים, חתונה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט שובבי"ם ווען מען קען אלעס פאררעכטן, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן זאלסט חתונה מאכן דיינע קינדער יונג, זאלסט טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט צו אונז און וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט צום אייבערשטן אויף בחורים און מיידלעך, וואס זיי גייען אריבער און קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, ווי שטארק זיי ווילן זיין גוט און ווי שווער עס איז זיי.


איך געדענק אין אומאן ראש השנה האט מוהרא"ש איין יאר נישט געהאט די כוחות צו געבן א תקיעת שופר דרשה, איך בין געשטאנען אויפן בימה נעבן מוהרא"ש, מוהרא"ש האט מיך גערופן שטיין נעבן אים, צו יוצא זיין די ברכה פאר די תקיעות דמעומד, און אויך צו זיין גרייט אויב מוהרא"ש וועט נישט האבן כח צו בלאזן די תקיעות דמיושב. אין די צייט וואס דער עולם האט געזאגט זיבן מאל למנצח האט מוהרא"ש זייער געוויינט אויפן קול, בכיות נוראות, און מוהרא"ש זאגט מיר: "איך וויל יעצט זאגן א תקיעת שופר דרשה פאר בית דין של מעלה, בחורים זענען נישט שולדיג אז זיי פאלן אין עבירות, מיידלעך זענען נישט שולדיג, ווייל זיי ווילן חתונה האבן און מען לאזט נישט חתונה האבן ביז מען איז אלט, און דאס איז די סיבה פארוואס זיי פאלן אין עבירות".


עס איז געווען זייער שרעקעדיג, עס האט געגאסן בלוט פון מוהרא"ש פון די נאז, די ווייסע בעקיטשע, די טלית; אלעס איז געווען בלוטיג, מוהרא"ש זאגט ווייטער: "איך וועל נישט לאזן מען זאל דן זיין אויף שלעכטס קיין איין בחור און מיידל, ווייל אלע ווילן זיין גוט, מען לאזט נישט חתונה האבן יונג, מען לאזט די קינדער ווארטן ביז זיי זענען שוין פארפאלן".


מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן גיין בתמימות ופשיטות, פאלגן די תורה, פאלגן די צדיקים, מאכן שידוכים מיט די קינדער יונג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין עו:): "האוהב את אשתו כגופו", ווער עס האט ליב זיין ווייב אזוי ווי זיך אליין, "והמכבדה יותר מגופו", און ער איז איר מכבד נאך מער ווי ער איז זיך אליין מכבד, "והמדריך בניו ובנותיו בדרך ישרה", און דער וואס לערנט אויס די קינדער צו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, "והמשיאן סמוך לפירקן", און ער מאכט חתונה די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ וּפָקַדְתָּ נָוְךָ וְלֹא תֶחֱטָא", ווער רעדט נאך די טעכטער... אויף זיי דארף מען נאך מער אכטונג געבן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "בתך בגרה", אויב דיין טאכטער ווערט דרייצן יאר, "שחרר עבדך ותן לה", זאלסטו אפילו באפרייען דיין קנעכט און איר געבן דעם קנעכט פאר א מאן, ווייל אז נישט - וועט זי חס ושלום אראפפאלן אין עבירות; זעט מען ווי שטארק מען דארף היטן די טעכטער.


נאר מיט תפילה קען מען זוכה זיין צו חתונה מאכן די קינדער בקדושה ובטהרה, מען דארף שוין יעצט בעטן ווען די קינדער זענען נאך קליין: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אלע מיינע קינדער חתונה מאכן יונג, זיי זאלן נישט אריבער גיין די צער און יסורים וואס איך האב געליטן ווען איך האב געווארט אויף מיין שידוך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - דער וואס פרעגט און בעט עצות, איז א קלוגער
תפילות אויף אידיש, אמונת חכמים, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יב, טו): "דֶּרֶךְ אֱוִיל יָשָׁר בְּעֵינָיו", דער נאַר פרעגט נישט קיין עצות פון צדיקים, ער האלט אז ער ווייסט אלעס, ער איז זיכער אז זיין וועג איז א גלייכע, "וְשֹׁמֵעַ לְעֵצָה", און דער וואס פרעגט און בעט עצות – "חָכָם", איז א קלוגער; ווייל אפילו מען זאל זיין ווייט פון קדושה, ווייט פון מידות טובות, אויב הערט מען זיך צו צו די עצות פון צדיק, וועט מען ביים סוף זוכה זיין אויך צו ווערן א צדיק, און אז מען טוט די עצות פון צדיק, מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן, און אפילו מען האט נאכנישט קיין פליסיגע דיבורים ביי התבודדות, זאגט מען: "רבונו של עולם, איך וויל רעדן צו דיר, איך וויל טראכטן פון דיר, איך וויל דאווענען, איך וויל לערנען", מען בעט: "רבונו של עולם, שוין אזוי לאנג וויל איך זוכה זיין צו אריינקומען צו די קדושה, און עס גייט מיר נישט, איך בין נאך אזוי ווייט, איך בין אזוי אין נישט גוטע זאכן וכו' וכו'" – ווערט מען מיט די צייט א צדיק.


אויך מיט די עצות פון סדר דרך הלימוד, לערנען אפילו אן פארשטיין, און אפילו אן קיין געפיל (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); מיט די צייט איז מען זוכה צו פארשטיין און ליב האבן די תורה, והבן למעשה.


... טייערער, אז מיר וועלן פאלגן דעם רבינ'ס עצות, וועלן מיר זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות.



 

#56 - די זומער איז אריבער, וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?
תפילה והתבודדות, חברים, אמונה, תכלית, אמונת חכמים, חודש אלול, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די זומער איז אריבער, מען פאקט שוין די פעקלעך אהיים צו פארן, 'עבר קציר כלה קיץ', דעם קומענדיגן שבת איז שוין 'שבת מברכים אלול'; עס כאפט שוין א ציטער, מען גרייט זיך צום יום הדין, מען דארף זיך מאכן א חשבון, ווי האלט מען? וואס טוט מען? וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?


גיי א שפאציר אליין מיטן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ, קרעכץ זיך אויס, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דו ביסט פארכאפט אינעם נעץ ביים יצר הרע, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


רעד נישט מיט מענטשן וואס רעדן קעגן די אמונה, אויך אין ביזנעס זאלסטו נישט רעדן מיט די וואס פרעגן קשיות וכו' און מאכן ליצנות אויף די הייליגע אמונה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן ד): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת בָּאִים יִסּוּרִים", דורך ליצנות קומט יסורים אויפן מענטש, אויך פארלירט מען די פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "הַמִּתְלוֹצֵץ מְזוֹנוֹתָיו מִתְמַעֲטִין", מען פארלירט די געלט דורך ליצנות.


ווילסט שפע, ווילסט האבן אסאך געלט? דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיג): "עַל יְדֵי אֱמוּנַת צַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים זוֹכֶה לְמָמוֹן הַרְבֵּה", דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אסאך געלט, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#55 - בלייב מיט די צוריקגעשטאנענע טעלעפאן, וועסט נאר מרויח זיין
טעלעפאן, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע מיט א בילד פונעם טעלעפאן.


בלייב מיט דיין פשוט'ע טעלעפאן, בלייב מיט די צוריקגעשטאנענע טעלעפאן, וועסט נאר מרויח זיין, וועסט גארנישט דערלייגן.


טעכנאלאגיע רוקט זיך זייער פאראויס, מען ווייסט נישט וואס דער מארגן וועט ברענגען, מען דארף מיט אלע כוחות זיך שטארקן צו האבן א ריינע אידישע שטוב.


אויבער-חכמים זענען אלץ געווען, ווען די צדיקים האבן גערעדט פון נישט האבן אין שטוב ראדיא, טעלעוויזשן – האט מען זיך געהאלטן קלוגער און מען האט נישט פארשטאנען פארוואס דארף מען זיין אזוי עקסטרעם... און וואס איז געבליבן פון די דורות? ליידער זייער נישט גוט; נאר די וואס זענען געגאנגען בבחינת 'קאפ אין וואנט', געפאלגט צדיקים – די האבן שיינע ליכטיגע דורות.


יעדן טאג זאלסטו אביסל טאנצן "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".

#54 - איין טאג וועסטו נאך וויינען אויף וואס דו האסט געלאכט
משניות, טעלעפאן, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו שפירסט ווי דו ווערסט פארברענט פון עבירות, דו פאלסט אראפ השם ישמרינו - זאלסטו נעמען די משניות און זאגן יעדן טאג משניות, דאס וועט דיך ראטעווען. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה - האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


איך בעט דיר, האלט דיין טעלעפאן נאר אין אפיס, ברענג עס נישט אהיים, אויך נישט אין קאר. און אויב עס איז דיר שווער מיך צו פאלגן - לאך נישט פון מיר, ווייל איין טאג וועסטו נאך וויינען פאר די יארן וואס דו האסט געלאכט. בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אנקומען צו דעם, לאך נישט פון מיר, מאך נישט חוזק פון די יראת שמים וואס איך שרייב דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - בנוגע ארויסקומען פון שטוב מיט שטוב קליידער
תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


התקרבות לצדיק מיינט יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן; זיך אראפנעמען א מינוט, צוויי מינוט, דריי מינוט - און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלעס וואס גייט אריבער, די נסיונות, די מידות רעות און די פלאקערדיגע תאוות, ווי שטארק מען וויל זיין גוט און ווי שווער די מלחמה איז; נאר דאס איז התקרבות לצדיק, אלעס אנדערש איז טשאדעלע באדעלע.


וועגן דאס אז עס גייט אייך נישט אן צניעות אזוי ווי אמאל וכו' וכו'; זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן א געפיל אין צניעות, הייליגער באשעפער זיי מיך מקרב צו דיר, העלף מיר איך זאל געדענקען אז באלד גיי איך צו די שיינע וועלט, צו די אייביגע וועלט, איך וועל דארט זיצן מיט אלע צדיקים און צדקניות, איך זאל נישט פארשעמט ווערן"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, וועט צוריק קומען די געפיל.


בנוגע ארויסקומען פון שטוב מיט שטוב קליידער; דאס דארף מען וויסן, עס זיצט א אינגערמאן אויפן באס און אים איז שוין אזוי אויך גענוג שווער, דארף מען אכטונג געבן אים נישט שווערער מאכן, אויף דעם גייט ארויף די כלל (שבת לא.): "דְּעַלָּךְ סָנֵי, לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", איר וואלט דאך נישט געוואלט איינער זאל אויסרייסן אייער מאנ'ס אויגן אז ער זאל באקומען שלעכטע געדאנקען פון טראכטן פון אנדערע, דארף מען אכטונג געבן נישט גיין מיט שטוב קליידער נאר אין שטוב פריוואט פארן מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - זיי פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים
שטעטל, אמונת חכמים, תמימות, שבועות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


זייער גוט אז דו קומסט נישט אויף יום טוב שבועות אין שטעטל, נאכדעם וואס פאריאר האסטו זיך גוט אפגעבריט; דו האסט געברענגט דיין משפחה אין שטעטל נאר צו ווערן נענטער, און ביי די סעודה, דארט וואו דו ביסט איינגעשטאנען - האט מען געמאכט ליצנות אויף מיר און אויף די קהילה, און דיין ווייב איז געווארן נאך מער אפגעקילט.


ביסט נישט דער איינציגסטער וואס בריט זיך אפ, איך האב שוין געהערט פון נאך אז זיי האבן זיך אפגעבריט. אויך האט מיר א אינגערמאן געזאגט עס האט אים געמאכט אז זיין ווייב זאל אפלאזן אידישקייט און ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זיין ווייב איז געווען אין אנהויב זייער א תמימות'דיגע, אבער נאכן גיין עסן ביי לצים און הערן ווי מענטשן וואס דרייען זיך דא מאכן חוזק אויפן ראש ישיבה - האט זי זיך צוגעכאפט צו די ליצנות, ביז ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זי האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו.


ענדערש בלייב אין שטוב אויף יום טוב, אדער דינג א פריוואטע דירה - ווי איידער קומען אין שטעטל און עסן ביי לצים וואס די גאנצע סעודה איז איין שטיק ליצנות.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו, דיין ווייב און דיינע דורות - זאלן זיין פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים, וואס האבן נישט מיט קיין ליצנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - לערן אויס דיינע קינדער צו פרעגן אן ערליכער איד
לימוד התורה, אמונת חכמים, שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


רעד צו דיינע קינדער פון אמונת חכמים, יעדן שבת ביי די סעודה זאלסטו דערציילן מעשיות פון צדיקים און זיי אויסלערנען זיי זאלן נעמען אן ערליכער איד זאל זיי מדריך זיין. לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן וויסן אז מען דארף פרעגן יעדע זאך און זיך נישט שעמען, און נאר אזוי איז מען מצליח.


מיר קומען נענטער און נענטער צו קבלת התורה, עס קומט דער יום טוב שבועות, זאלסטו זיך צוריק כאפן לערנען דיינע שיעורים אין מקרא, משנה, גמרא, אויך אין רבינ'ס ספרים, ווייל "אם אתם מקבלים את התורה", אויב מען לערנט תורה, מען לעבט מיט די תורה – "מוטב", איז דאס לעבן גוט, "ואם לאו", און אויב מען לערנט נישט – "שם תהא קבורתכם", איז מען טויט, מען איז באגראבן.


איך בין יעצט אין מירון, איך בין מתפלל פאר דיר.


איך האב דיך זייער ליב.

#50 - א שיינע תפלה פאר א אידישע מאמע
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דאנק דיך פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין מאן און מיינע ליכטיגע געזונטע קינדער, דו געבסט מיר אזויפיל גוטס, וויפיל איך וועל דיך דאנקען וועל איך נישט אנקומען צו האבן אנגעהויבן צו דאנקען, ביסט אזוי גוט צו מיר.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער העלף מיר מיין שטוב זאל זיין א שטוב וואס לעבט מיטן צדיק, א שטוב וואס מען אטעמט די ווערטער פון צדיקים, א שטוב פון אמונה, א שטוב פון תורה ויראת שמים. הייליגער באשעפער דאס איז דאך מיין גאנצע שטרעבן, צו לעבן מיט דיר, טראכטן פון דיר, איך, מיין מאן און מיינע קינדער זאלן לעבן מיט דיר.


אייבערשטער העלף מיר איך זאל זיין א פרייליכע ווייב צו מיין מאן און א פרייליכע מאמע פאר מיינע קינדער, איך זאל זיי פרייליך מאכן, און געב מיר כח צו קענען טון די שטוב ארבעט מיט שמחה, איך זאל קענען מגדל זיין מיינע קינדער און זען נחת פון מיינע דורות".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - אז מען פאלגט די עצות פונעם כהן, פון צדיק, ווערט מען ריין
קדושה, שלום בית, צדיקים, חסידות ברסלב, תשובה, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, מסורה, אמונת חכמים, ספרי ברסלב, מנהגים, פסח, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת צו, שבת פרה, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך שבת רייניגן מיר זיך, אלס א הכנה אויפן יום טוב פסח; ווי אזוי רייניגט מען זיך פון טומאת מת? דורך דעם כהן, דורכ'ן צדיק; אז מען פאלגט די עצות פונעם כהן, פון צדיק - ווערט מען ריין פון טומאת מת.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב) אז טומאת מת איז שלעכטע מחשבות, מחשבות פון ניאוף רחמנא לצלן; און נאר דער כהן קען רייניגן פון דעם.


טייערע חברים, טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, וואס איז חסידות ברסלב, וואס איז היכל הקודש; נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים קען מען זיך פאררופן פון רבינ'ס לייט, אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים - האט מען גארנישט מיטן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה געפארן מיט איינעם יוסל פאראנטשיק; אזוי שמועסנדיג האט ער דערציילט פאר רבי נחמן טולטשינער אז ער האט גוט געקענט דעם רבי'ן, ער איז געווען נאנט צום רבי'ן, און רבי נחמן טולטשינער האט דערציילט פאר רבי נתן אז ער האט געטראפן א איד יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, און ער אזי אים מקנא, האט רבי נתן געלאכט און געזאגט: "יוסל פאראנטשיק האט געקענט דעם רבי'ן? יוסל פאראנטשיק האט 'געזען' דעם רבי'ן, דו 'קענסט' דעם רבי'ן, דו ביסט נאנט צום רבי'ן, דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן - איז דער רבי מיט דיר.


ביי פרישע מקורבים קען זיין מען זאל זיך טועה זיין, מען זאל זיך אנכאפן אין נישט וויכטיגע זאכן, מען איז משנה פון די זאכן וואס מען האט געזען ביי די עלטערן, מען כאפט זיך אן אויף נישטיגע זאכן; זאלט איר וויסן און געדענקען אז ברסלב'ע חסידות איז נישט צו פארמינערן פון שיינע מנהגים און די וועג ווי מען האט געזען ביי עלטערן, ברסלב'ע חסידות איז נאר אריינבלאזן חיות צו לעבן מיטן אייבערשטן, לעבן מיט תכלית, און נאר אז מען לערנט די ספרים - האט מען שייכות מיטן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; קומט אויס אז איינער וואס לערנט די ספרים פונעם הייליגן רבי'ן, - דער קען דעם רבי'ן און ער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


טייערע ברידער, שטארקט אייך מיטן לערנען ענקערע שיעורים בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


געבט אכטונג אין די פארנומענע ערב יום טוב טעג צו העלפן די ווייב ארויסטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, פירט אייך אויף ערליך. אז מען שרייט אויף די ווייב - איז מען א שגץ; אפילו מען גייט מיט א ירושלימ'ער קאפטן, איז מען א שגץ מיט א קאפטן; אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים. רעדן מיט גרויס דרך ארץ, מען מוז רעדן שיין, מען קען נישט שרייען און טשעפען.


איך דארף מקצר זיין.


א פרייליכן שבת.

#48 - אמונת חכמים
תפילה והתבודדות, חובות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


ווען אינגעלייט רעדן זיך אויס צו דיר פון וואס זיי גייען אריבער שוועריקייטן – זאלסטו זיי מחזק זיין מיט צוויי זאכן, דאס ערשטע זאך – תפילה והתבודדות, זיי זאלן גיין שפאצירן יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, דערציילן אלעס וואס גייט אריבער בפרטי פרטיות.


שנית, זיי מחזק די וואס קומען צו דיר מיט זייערע שוועריקייטן – זיי זאלן זיך שואל עצה זיין מיט א צדיק; בפרט ווען מען איז אריינגעדרייט אין חובות השם ישמרינו – איז א גרויסע סכנה דאס לעבן, און מיט זיך דורכרעדן און בעטן אן עצה, פרעגן ווי אזוי צו לעבן וכו' – קען מען זיך ראטעווען פון אלע פראבלעמען.


זיי מחזק אלע אינגעלייט מיט די צוויי זאכן, תפילה און אמונת חכמים.

#47 - ווען די לערערין רעדט פון אנדערע גלויבנס
תפילות אויף אידיש, סקול, אמונה, צדקה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס מען לערנט ביי אייך אין שולע וכו'; די ריכטיגע וועג איז, מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן תשובה טון, אלע זאלן זיך צוריק קערן צו די תורה און צו די אמונה.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; געבט יעדן טאג צדקה און בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר א שטארקע, קלארע און לויטערע אמונה". דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן ל): "אֱמוּנָה בָּא עַל יְדֵי צְדָקָה", דורך צדקה באקומט מען אמונה.


אויך זאלט איר קוקן אויפן הימל ווען די הימל איז שיין לויטער. דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן יד): "כְּשֶׁתִּסְתַּכֵּל בַּשָּׁמַיִם כְּשֶׁהֵם זַכִּים וּבְהִירִים", ווען דו וועסט קוקן אויפן הימל ווען זי איז לויטער און קלאר, "תִּזְכֶּה לֶאֱמוּנַת חֲכָמִים", וועסטו זוכה זיין צו אמונת חכמים; גייט צום פענסטער, קוקט ארויף צום הימל און זאגט: "הייליגער באשעפער געב מיר א קלארע לויטערע אמונה, איך וויל דיך זען, איך וויל דיך שפירן, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך און זיך נישט צעמישן פון קיין שום זאך, אייבערשטער העלף מיר אז איך און מיינע דורות זאלן אלע האבן א שטארקע אמונה אין דיר, אמונה אין די הייליגע צדיקים, אמן".


(אז אייער לערערין וועט נאכאמאל רעדן פון אנדערע גלויבנס – זאלט איר נעמען א בליי און שרייבן אנדערע זאכן, אז אייער מח זאל זיך נישט צוהערן צו די זאכן וואס צעמישט.


הערט זיך צו אין כתה נאר צו די לערערינס וואס צעמישן נישט, נאר דארט הערט זיך צו, ווען מען רעדט פון אנדערע גלויבנס, פון עשיו און ישמעאל – זאלט איר זיך אריינטון אין אנדערע זאכן, און נישט צוהערן).

#46 - האב נישט צוטון מיט לצים און מחלוקת, וועט דיין לעבן זיין שיין
מחלוקת, אמונת חכמים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער סמ"ך מ"ם וויל איין זאך, צונעמען דעם מענטש זיין לעבן, און די לעבן אויף יענע וועלט, און מיט מחלוקות און פיינטשאפט איז ער מצליח אלעס חרוב מאכן.


על כן, זאלסטו נישט האבן מיט קיין מחלוקות און שנאת חינם, האב נישט צוטון מיט לצים. שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועט אוועק גיין אלע מחלוקות, "וְיִשְׁבֹּת דִּין וְקָלוֹן", מען וועט זיך מער נישט קריגן; סיי אין משפחה, סיי ביי די ארבעט, סיי אין שול - האב נישט צוטון מיט לצים, וועט דיין לעבן זיין שיין; ווי נאר מען האט צוטון מיט לצים - פאלט מען אריין אין א טיפע זומפ פון מחלוקות און שנאת חינם.


ווער איז א לץ? דער וואס רעדט פון אנדערע? דער וואס שפעט פון אנדערע? אפגערעדט דער וואס מאכט אוועק צדיקים און פרעגט אפ די ווערטער וואס צדיקים רעדן, מיט אזא איינעם טאר מען זיכער נישט האבן, נאר אפילו איינער וואס רעדט נישט אפן קעגן צדיקים, אבער אלע זיינע רייד זענען אויף דעם און אויף יענעם, מאכט ווערטליך און שפעט טאג און נאכט, אזא איינער איז נישט ריכטיג צו נעמען פאר א פריינד.


בעט דעם אייבערשטן פאר גוטע חברים וואס לעבן מיט תכלית, לעבן מיט אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#45 - דער עיקר דארף מען קוקן אויב ער האט אמונת חכמים
שידוכים, אמונת חכמים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


ביטע איבערגעבן די בריוו פאר אייער מאמע.


מרת ... תחי',


אויב איך מעג בעטן איר זאלט נאכאמאל אריינקוקן אין די שידוך וואס איך האב אנגעטראגן, הבחור ... נרו יאיר. איך ווייס אז איר האט זיך דערשראקן ווען דער טאטע האט גערעדט קעגן זיין ווייב צו אייך, איר טראכט 'וואס פעלט מיר אויס מאכן א שידוך מיט א משפחה וואס קריגט זיך? וואס פעלט מיר אויס אריינלייגן מיין קינד אין אזא שטוב?' דאך וויל איך נאכאמאל אנטראגן די שידוך, ווייל דער בחור איז אזא טייער קינד, אזא נשמה, אזוי ערליך מיט גאלדענע מידות; ועל כולם, ער האט אמונת חכמים, ער איז דבוק צו צדיקים, וואס היינטיגע צייטן איז דאס דער עיקר; אז עס איז דא אמונת חכמים האט א מענטש א מורה דרך וואס ברענגט אים צום אייבערשטן און איז אים מדריך ווי אזוי צו פירן א שטוב, דעמאלט איז שוין אלעס דא, דאס איז דער עיקר; איז אפשר יא כדאי צו מאכן די שידוך.


ביטע מיר מודיע זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - רעדן דאס גרויסקייט פון צדיקים, ברענגט חן און הצלחה
צדיקים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רעד מיט יעדן איינעם פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, דערצייל יעדן איינעם וואס מען איז זוכה צו באקומען ביים הייליגן רבי'ן, דאס וועט ברענגען אויף דיר א חן און דו וועסט מצליח זיין אין אלעס. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען. "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר", ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


די וואך שבת וועל איך זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - זאלסט זיך פארלייגן אויף איין זאך, אויף שמחה
שמחה, התחזקות, אמונת חכמים, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאלסט זיך פארלייגן אויף איין זאך, אויף שמחה; מאך זיך אפילו נאריש, אבי זיין פרייליך.


רבי נתן האט געזאגט פאר איינעם: "אויב דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו נישט זען די פנים פון גיהנום"; דאס איז נישט נאר נאכן שטארבן, דאס איז אויך ווען מען לעבט; ווער עס איז פרייליך - דער לעבט אין גן עדן.


אז דו ביסט אראפגעפאלן - הייב זיך אויף, און אז דו ביסט אויך נעכטן אראפגעפאלן און זיך שוין נעכטן אויפגעהויבן, און יעצט ביסטו נאכאמאל אראפגעפאלן, און דו טראכסט 'וואס? וואס גייט זיין מיט מיר? איך וועל פאלן און פאלן?' בעט איך דיר, ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות און טו צו דער זאך, הייב זיך אויף, פאלג צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - זאג יעדן טאג די תפלה פאר א שידוך, אפילו אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, אמונת חכמים, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, עס איז מיר צעריסן אויף שטיקער צו זען ווי דו ווארסט אויף דיין שידוך אזוי לאנג, און גארנישט רוקט זיך נישט; עס גייט אריבער א יאר און נאך א יאר, אלע דיינע חברים מאכן שוין אפשערנס, און נאך אביסל איז שוין דא בר מצווה'ס - און ביי דיר גייט נישט קיין שידוך.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ליבער ברודער, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, איין זאך קען איך דיר זאגן: "לאז נישט אפ די אמונה, לאז נישט אפ די אמונת חכמים און חס ושלום אפלאזן דיינע עבודות השם"; דו זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין שיעור אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און גיי ווייטער התבודדות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איין זאך וויל איך פון דיר, דו זאלסט זיך אונטערנעמען צו זאגן יעדן טאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים וואס זענען שוין העכער צוואנציג, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:) אויב מען האט נישט חתונה איידער די צוואנציג - וועלן די ביינער צעגיין, מען שעלט דעם בחור: "תיפח עצמותיו"; מוהרא"ש האט געשריבן א מורא'דיגע תפילה, ווי אין די תפילה טענה'ט מען זיך אויס מיטן אייבערשטן: "רבונו של עולם, נישט גענוג עס גייט מיר נישט קיין שידוך, שעלט מען מיך אז מיינע ביינער זאלן צעגיין? רבונו של עולם, נישט גענוג איך פאל אין עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אפגעהיטן, איך וויל אזוי שטארק שוין לעבן אן ערליכע לעבן, א געזונטע לעבן מאן און ווייב - שעלט מען מיר..."


וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט יעדן טאג זאגן די תפילה, עס מוז נישט זיין מיט געפיל, דער עיקר, זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה; זאג איך דיר צו, עס וועט נישט אריבערגיין קיין סאך צייט און דו וועסט האבן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - אריינברענגען אין די בחורים אמונה און אמונת צדיקים
אמונה, אומאן, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד אסאך צו די בחורים פון אמונה און פון אמונת צדיקים, ווייל אז מען האט אמונה אינעם אייבערשטן און אויך אמונת חכמים, מען גלייבט אין די ווערטער פון צדיקים - ווערט דער נפש ריין און מען ווערט אן ערליכער איד.


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "ווען דו שרייבסט פון 'אמונה' און פון 'צדיק' - זאלסטו פארשפרייטן דעם פענע"; ווייל אין די צוויי זאכן איז תלוי אלעס. אויך ברענגט מוהרא"ש פונעם הייליגן צדיק רבי ר' ברוך'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו: "אמונה אינעם באשעפער און אמונת חכמים - זענען תרין רעין דלא מתפרשין".


בנוגע אומאן; דו רעד צו די בחורים פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבינ'ס ציון, מער פון דעם איז נישט דיין עסק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#40 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.