בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, שובבי"ם, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
זיי שטארק מיט זאגן יעדן טאג פרקים משניות, מען האט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון לימוד משניות, עס איז מזכך ומטהר די נפש, רוח ונשמה. נישטא א זאך וואס זאל אזוי אויסרייניגן די נשמה – ווי משניות; משנה איז די אותיות נשמה, אפילו מען האט פארשמירט די נשמה מיט זינדיגן אין פגם הברית רחמנא לצלן, דורך משניות ווערט עס צוריק ריין.
אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – זאלסטו ווייטער לערנען אָן פארשטיין; זאג די ווערטער פון משניות – וועסטו זוכה זיין צו די העכסטע דרגא פון תשובה. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "עַל יְדֵי הָאֲמִירוֹת", דורך זאגן די ווערטער פון תורה, "הוּא מֵאִיר לוֹ לְכָל הַמְּקוֹמוֹת שֶׁצָּרִיךְ לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", קומט מען צו תשובה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.