בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מתן שכרה בצדה, הפצה ברענגט גרויס שפע
הפצה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די ישיבה האט זיך צוריק אנגעהויבן מיט א פרישקייט, און איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער געבט מיר די זכיה צו זיצן נאך א זמן מיט בחורים, לערנען מיט זיי תורה און לערנען מיט זיי די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח ממשיך צו זיין מיט דעם מיין גאנץ לעבן.


זיי עוסק אין הפצה, מיט דעם וועסטו פאררעכטן אלע פגמים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל פאררעכטן זיינע עבירות זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; זאלסטו יעדן טאג עוסק זיין אין די הייליגע עבודה פון הפצה, ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי הפצה.


דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


מתן שכרה בצדה, די וואס זענען עוסק אין הפצה האבן גרויס שפע.


וועגן ל"ג בעומר ווייס איך נאכנישט וואס איך טו, ווייל זיי זאגן אז זיי גייען פארשפארן מירון, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.