בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, יבנאל
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דו האסט אהיים געברענגט א מתנה, און אנשטאט דיין ווייב זאל דיר זאגן יישר כח האסטו אריינגעכאפט מנה אחת אפים - זאלסטו דאס נישט ניצן קעגן איר, ווייל ווען איינער איז וויי געטון העלפט נישט ברענגען מתנות, עס מאכט נאר ערגער; זי איז פארווייטאגט אויף דיר, און מיט א מתנה קען מען נישט איבערבעטן; מען דארף איבערבעטן, מען דארף זיך פירן שיין, און נאר נאכדעם קען מען קויפן א מתנה.
רעד שיין צו איר, און אז זי שרייט - זאלסטו גיין צום ציון פון מוהרא"ש און זיך אויסוויינען, זיך מתבודד זיין. דו האסט דאך דעם אוצר נעבן דיר, דו וואוינסט דאך אין יבנאל, קענסט זיך יעדן טאג ארויפכאפן צום הייליגן פלאץ און זיך דארט מתבודד זיין. מוהרא"ש זאגט דאך אזעלכע קלארע ווערטער אין די צוואה, (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טַייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה, אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן, אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר, אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".
טרייב ארויס די מחשבות פון חס ושלום זיך צעטיילן, דו האסט א שטוב מיט ליכטיגע קינדער, נישטא קיין ערגערע רציחה ווי דאס אז עלטערן גט'ן זיך, דאס איז ערגער ווי דאס ערגסטע; ענדערש זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן וואס זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעט): "ווען עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל"; ווען מוהרנ"ת האט דאס געהערט האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", וואס מיינט ביטול? וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט אז מען קען מער נישט נעמען די פיין און פלאג? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן – דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות, מען טראסט דעם אייבערשטן, מען גלייבט אז ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר אונז.
איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף גיין צו די בחורים וואס וויינען אז זיי ווילן זיין גוט, זיי ווילן חתונה האבן, זיי דארפן חיזוק, זיי קענען נישט אן קיין חיזוק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.