בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיי מתפלל איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע
שכר לימוד, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מתפלל פאר מיר, איך דארף יעצט א גרויסע נס, איך בין שולדיג פאר די מלמדים, מען האט נישט געצאלט פאר אפאר וואכן. די וואך דארף איך האבן ניינציג טויזנט דאלער נאר פאר די מלמדים, און פאר די טיטשערס מיט די אפיס בין איך שולדיג פון פסח הונדערט פופציג טויזנט דאלער, איך האב נישט קיינעם צו וועם זיך צו ווענדן, איך קוק נאר צום הימל דער אייבערשטער זאל מיר מאכן א נס, איך בעט דיר זיי מתפלל פאר מיר איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע די וואך.


איך בעט דיר זייער, שכר לימוד זאלסטו צאלן פאר אלעס, און אז די מוסד בעט ווייניג שכר לימוד, זיי ווילן נישט בעטן טייער, און אז דו האסט די מעגליכקייט - זאלסטו געבן מער, ווייל מען דערלייגט נישט, מען פארדינט סיי מיט די קינדער און סיי מיט די שפע הפרנסה.


דער אייבעשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.