בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאגל דיך אראפ, ביז דו ענדיגסט נישט ח"י פרקים משניות
משניות, לימוד התורה, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט דיר נעכטן; איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך שטארקן אין לערנען ח"י פרקים משניות, מאך זיך א קביעות, נאגל דיך אראפ, זיץ אויף א פלאץ אן אויפשטעלן ביז דו ענדיגסט נישט ח"י פרקים משניות. מוהרא"ש דערציילט, ווען ער איז געווען א בחור און געפונען דעם רבינ'ס ספרים, עס איז אים אנטפלעקט געווארן דער סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), האט ער געמאכט אן אפמאכט אז ער נעמט נישט ארויס זיינע פיס פון די טיילס (קאַכלען), ביז ער ענדיגט נישט אכצן פרקים משניות; אזוי זאלסטו טון.


מיר גרייטן זיך צו קבלת התורה, מיר ציילן די טעג פון ספירה צו קומען צום בארג סיני; ווי אזוי איז מען זוכה צו קבלת התורה? דורך לערנען די הייליגע תורה, דורך לערנען יעדן טאג חומש מיט די תרגום פון די וואכעדיגע פרשה איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און א שאד אז מען איז מזלזל אין די מצוה, מען קען זוכה זיין צו אזויפיל גוטס דורך מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען קען זוכה זיין צו זייער שטארקע הצלחה, און אויך צו קדושה וטהרה דורך לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט די תרגום פון די פרשת השבוע.


על כן ליבער ברודער, יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה זאלסטו זיך מאכן א קביעות יעדן טאג צו לערנען חומש מיט תרגום, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג משניות; מה טוב ומה נעים אז דו קענסט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין און מזכך זיין, ווייל נאר לערנען תורה רייניגט דעם מענטש און ברענגט אים צו קענען לעבן מיטן אייבערשטן מיט א שטארקע אמונה.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען גמרא. לערן ש"ס כסדרן, אין אנהייב לערן עס בגירסא, זאג די ווערטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ווען מען לערנט דארף מען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, שפעטער וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט דאס לערנען, ווייל דאס אליין אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט שווערער דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ", און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, "מַה בְּכָךְ" - איז וואס? איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.; עבודה זרה יט.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין, וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.