בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן די בילדער פון אומאן.
וואס זאל איך דיר זאגן, עס טוט מיר אזוי וויי אז איך קען דאס נישט ענדיגן; איך ווייס באמת נישט פון וואו איך גיי קענען ענדיגן דעם בנין אין אומאן.
איך שעם זיך אביסל פון די תלמידים ווען זיי פרעגן מיר צי דעם קומענדיגן יאר גייט אויך אריין רעגענען, אזוי אויך פון די בחורים וואס זענען געשלאפן אויפן צווייטן שטאק ווי זייערע בעטן זענען געשווימען אין וואסער. איך שעם זיך ווען מען פרעגט מיר צי עס גייט זיין אינעם בנין וואסער, בית כסא - די פשוט'ע מענטשליכע געברויכן.
מיינע אויגן זענען געוואנדן נאר צום אייבערשטן; דער אייבערשטער ווייסט מיין כוונה מיט דעם גאנצן בנין, אז דאס איז נאר מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט קענען זיין בטהרה, לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, בתמימות ופשיטות אן קיין מחלוקת. איך האב גענומען גרויסע הלוואות פאר'ן בנין און יעצט ווארט איך אויף ישועת השם אז דער אייבערשטער זאל מיר העלפן.
איך האב יעצט געגעבן נאך פינף טויזנט דאללער פאר האברך... נרו יאיר וואס ער גייט שיקן קיין אומאן. לעת עתה איז די קאסע ריין אן קיין איין פרוטה; איך האף צום אייבערשטן וואס ער האט געמאכט מיט מיר נסים ביז יעצט אז ער וועט מיר ווייטער נישט פארלאזן.
אז דו קענסט מאכן א שטיקל התעוררות ביי די תלמידי הישיבה זיי זאלן העלפן ענדיגן דעם בנין וואלט איך דיר זייער מכיר טובה געווען; זאלסט זיי מסביר זיין אז דאס איז נישט קיין אייגענע נכסים, נאר דאס איז זייער'ס. קיינער מאכט דא נישט קיין איין פרוטה, און ווען מען וועט ענדיגן דעם בנין וועט די ריווח גיין פאר'ן מוסד.
מיר מוטשען זיך אזוי שטארק צו קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס; איך שעם זיך יעדן ערב שבת אז איך קען נישט געבן די מינעמאלע געהאלט זיי זאלן האבן אויף שבת. ליידער כאפן נישט אלע עלטערן וואס שכר לימוד איז; מען טראכט נישט פונעם מוסד, מען קוקט דאס אן ווי א נדבה זאך, בשעת איך שטיי שוין צען יאר מיט מסירות נפש צו באצאלן פון מיין דלות פאר אונזערע טייערע מלמדים און טיטשערס.
איך בין געפארן פאר צוויי וואכן צוריק מיט צען יונגעלייט אויף א 'שבת הכרת הטוב', נאכדעם וואס זיי האבן זיך משתתף געווען מיט צען טויזנט דאללער. עס איז מיר געווען א חידוש צו זען ווער איז געקומען אויף שבת, רובם זענען יונגעלייט וואס מוטשען זיך אויף זייער פרנסה. האב איך פארשטאנען וואס רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט ווען ער האט געבויט דעם קלויז: "איך האב עס נישט געבויט מיט געלט פון עשירים נאר מיט די רצונות פון ארימעלייט".
הבחור ... נרו יאיר העלפט מיר זייער געטריי; ער וויל מיר שלעפן דא און דארט שאפן געלט. איך האב נישט קיין כח צו גיין, קומען און פארן, מיר איז די גרינגסטע צו זיין אין שטוב.
שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן ווערט אים גרינגער, ער קען נעמען די לעבן ווי עס קומט מיט אלע פראבלעמען.
א גוטע נאכט.