בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נאר מיט לערנען תורה שפירט מען זיך גוט און צופרידן
לימוד התורה, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


אז דו ווילסט זיך קענען שטארקן אויף דיינע יצר הרע'ס וואס פלאקערט אין דיר - איז דאס נאר דורך לימוד התורה.


זע צו לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים און מאך זיך א שיעור אין לערנען גמרא, לערנען גמרא קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אויך אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו ווייטער לערנען; לערן אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די גמרא; ווייל אז מען לערנט, אפילו אן פארשטיין - ווערט מען געראטעוועט פונעם יצר הרע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:), דער אייבערשטער זאגט: "בָּנֵי, בָּרָאתִי יֵּצֶר הָרָע וּבָרָאתִי לוֹ תּוֹרָה תַּבְלִין", איך האב באשאפן דעם יצר הרע אבער איך האב באשאפן די הייליגע תורה, "אִם אַתֶּם עוֹסְקִים בַּתּוֹרָה אֵין אַתֶּם נִמְסָרִים בְּיָדוֹ", אויב לערנסטו תורה וועסטו נישט זיין אונטער אים; די תורה היט דעם מענטש ער זאל זיך קענען ראטעווען פון די נסיונות.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, נאר די תורה מאכט ליכטיג, נאר אז מען לערנט תורה שפירט מען זיך גוט, מען שפירט צופרידן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.), אויפן פסוק (איכה ג, ו): "'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם', אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", מוהרא"ש זאגט פשט, ווען איינער רעדט זיך אפ, ער וויינט 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי', איך זיץ אין די פינסטערניש, 'כְּמֵתֵי עוֹלָם', איך בין אזוי ווי א טויטער פון צרות, מרירות, השלכות ונפילות; זאגט מען אים, האסט אן עצה ארויסצוגיין דערפון, עס איז דא אן עצה צו ווערן אויס טויט, 'זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל', נעם א גמרא, הייב אן לערנען, וועט דיר ליכטיג ווערן, וועסט ווערן לעבעדיג.


יעצט ווען מיר זעען ווי די אידן וואס האבן געבעטן א פסח שני האבן זוכה געווען צו דעם, זאלסטו וויסן אז אויב דו וועסט לערנען די הייליגע תורה - וועסטו אויך זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע צרות, און אפילו דו קענסט נאכנישט לערנען, דו האסט נישט קיין פארשטאנד און דו האסט נישט קיין טעם - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די תורה. נעם א גמרא און זאג א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא, ביז דו וועסט ענדיגן א פרק, און אזוי זאלסטו טון ווייטער, גיי צום צווייטן פרק ביז דו ענדיגסט א מסכתא, דאן זאלסטו גיין צו די קומענדיגע מסכתא. דאס וועט דיך ארויסנעמען פון אלע טונקלקייטן, עס וועט דיר ליכטיג מאכן, און ביים סוף וועסטו באקומען פארשטאנד, דו וועסט באקומען א געפיל און א טעם צו די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.