בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וויל נישט זאלסט מיינען אז היכל הקודש איז צו זאגן מען זאל נישט מאכן לייף אינשורענס אדער אנדערע זאכן, היכל הקודש איז איין זאך: ברענגען א מענטש ער זאל רעדן צום אייבערשטן, היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען איז מחזק צו לערנען און דאווענען, מען דערמאנט פונעם אייבערשטן; אנדערע זאכן זענען נישט וויכטיג.
אז דו דרוקסט מיך צום וואנט וועל איך דיר זאגן אז לייף אינשורענס איז א דמיון. איך האב דאס אויך געהאט איידער איך בין מקורב געווארן, און ברוך השם איך האב באקומען די טראפ שכל פון מוהרא"ש אז די אלע זאכן זענען דמיונות. איך האב באקומען א נייע דערהער, א נייעם לייף אינשורענס: לערנען די הייליגע תורה, סיי דאס היט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס און סיי די קינדער וועלן האבן. אזוי ווי עס שטייט (משלי יג, כב): "טוֹב יַנְחִיל בְּנֵי בָנִים", א גוטער מענטש מאכט ירש'ענען פאר זיינע קינד'ס קינדער, "וְצָפוּן לַצַּדִּיק חֵיל חוֹטֵא", און עס איז באהאלטן פאר'ן צדיק די פארמעגן פונעם זינדיגער; די זינדיגע מענטשן ירש'ענען נישט זייער פארמעגן, עס גייט אלעס צום צדיק.
זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה הקדושה. היינט הויבן מיר אן נאכאמאל תלמוד ירושלמי, כאפ זיך מיט, הויב דו אויך אן לערנען די הייליגע תורה, א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא - וועסטו זיך בויען א ב'י'ת' נצחי.
אויך זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין רמב"ם, טור, שלחן ערוך, אויך א שיעור אין מדרש רבה, מדרש תנחומא, אויך אין זוהר הקדוש און אין תקוני זוהר, און זיכער אין הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו האבן די בעסטע אינשורענס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.