בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכ): "אֵין רָעָה גְּדוֹלָה מִנְּפִילָה", נישטא קיין שלעכטערע זאך ווי אויפגעבן, אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים זאגן (סוטה מד:) "תחילת ניסה מפלה", "תחילת מפלה ניסה", דאס אויפגעבן, דאס אנטלויפן אינמיטן א מלחמה – דאס איז די גרעסטע דורכפאל, און דערפאר האט דער הייליגער רבי אונז אזויפיל מחזק געווען מיר זאלן נישט אויפגעבן, אפילו ווען מען זעט ווי מען טאפט אין די טונקלקייט א וואנט, מען שפירט זיך ווי דער ארגסטער מאן, און מען האט כל מיני ראיות אז מען איז א דורכפאל, זאל מען ווייטער בענקען צו זיין א צדיק, און ווייטער וועלן זיין גוט, און קיינמאל נישט אוועק גיין פונעם אייבערשטן.
א שווערע יאר איז אריבער בכלליות אויף די וועלט, ובפרטיות אויף יעדן איינעם, אבער ווען מען דערמאנט זיך אז מען פארט שוין כמעט צום רבי'ן, מען פארט קיין אומאן און דארט וועט מען איבערלאזן די פעקלעך צרות – ווערט פרייליך אין הארץ.
יישר כח פארן העלפן צאלן די רענט פאר די ישיבה.