בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש זאגט, דער וואס וויל נישט ליידן אביסל, דער וועט ליידן אסאך, ווייל נאר מיט סבלנות קען מען אריבערגיין די לעבן. דער רבי האט געזאגט: "ווען איך בין געווען קליין און מיין מאמע האט מיר געקעמט די האר און עס האט וויי געטון האב איך שוין דעמאלט פארשטאנען נישט צו שרייען און פארפירן, איך האב פארשטאנען אז אזוי גייט דאס לעבן, און אז מען איז גרייט צו ליידן איז דאס לעבן גרינג".
עס פת שחרית. דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן יז), פת שחרית נעמט אוועק כעס. אויך זאלסטו עסן עפעס איידער דו קומסט אהיים, דער הייליגער בני יששכר זאגט (אגרא דכלא פרשת וישב, דבור המתחיל וישבו לאכל לחם), ער האט מקובל פון צדיקים מען זאל נישט אהיים גיין הונגעריג, ווייל דאס קען ברענגען צו כעס און מחלוקת, נאר מען זאל עפעס טועם זיין איידער מען גייט אהיים. (אויך שבת איז כדאי קידוש צו מאכן אין שול, נישט אנקומען אהיים אויסגעהונגערט, און אז זאכן זענען נישט גרייט קען מען אריינפאלן אין א כעס השם ישמרינו).
רעד נישט אין שול ווען מען דאווענט, אויב דו דארפסט וויכטיג רעדן זאלסטו ארויסגיין רעדן אינדרויסן, ווייל דער הייליגער זוהר זאגט זייער שארף אויף רעדן אין שול, און אויב איינער קומט צו דיר רעדן - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.